(די 4 טע זײַט פֿון 4)
די פֿאָלגנדיקע אינפֿאָרמאַציע קומט אַ דאַנק דער אַרבעט פֿון בעלאַ בריקס־קלײַן, וואָס פֿירט אָן מיטן חודשלעכן בולעטין „וואָס, ווען, וווּ‟ - אַ פֿולשטענדיקע רשימה פֿון אַלע ייִדיש־אונטערנעמונגען אין מדינת־ישׂראל. כּדי זיך צו דערוויסן וועגן אַנדערע אונטערנעמונגען אויף ייִדיש, ווי אויך ייִדיש־קלאַסן און רעפֿעראַטן וועגן דער ייִדישער קולטור אויף העברעיִש, פֿאַרשרײַבט זיך אויף „וואָס, ווען, וווּ‟ דורכן שיקן אַ בליצבריוו בעלאַ בריקס־קלײַנען bellabryksklein@yahoo.com
פּראָגראַמען בײַם „אַרבעטער־רינג‟
בײַם „אַרבעטער־רינג‟ (48, קלישר גאַס) קומען פֿאָר רעפֿעראַטן יעדן מיטוואָך, 11:30 פֿאַרמיטאָג.
דעם 22סטן אָקטאָבער וועט ד׳׳ר אַבֿרהם נאָווערשטערן רעדן אויף דער טעמע „אַבֿרהם סוצקעווער: דער וועג פֿון אַ ייִדישן פּאָעט‟. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט אסתּי ניסים אויפֿטרעטן מיט ייִדישע געזאַנגען.
דעם 11טן נאָוועמבער וועט מען מאַכן אַ קינסטלערישע פּראָגראַם אין איינעם מיט דעם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער לכּבֿוד אורי קאָוואַלסקי.
נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אָן 03-517-6764.
רעפֿעראַטן בײַם „סירקין קלוב‟
יעדן מאָנטיק, 10 אַזייגער אין דער פֿרי, קומט פֿאָר אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש בײַם „סירקין קלוב‟ ( 101 ארלוזורב גאַס, תּל־אָבֿיבֿ, 4טער שטאָק, עמיר פּרץ זאַל, ועד הפּועל). דעם 22סטן אָקטאָבער וועט רעדן ד׳׳ר מתּתיהו מינץ; דעם 27סטן אָקטאָבער שמואל פּז; דעם 3טן און 10טן נאָוועמבער - ד׳׳ר דבֿ־בער קאָטלערמאַן; דעם 17טן נאָוועמבער - פּנינה מעלער, און דעם 24סטן נאָוועמבער - ד׳׳ר לאה איילון.
קורסן אויף ייִדיש בײַם „בית שלום־עליכם‟.
בײַם „בית שלום־עליכם‟ אין תּל־אָבֿיבֿ (2, ברקוביץ גאַס) וועט זיך באַלד אָנהייבן אַ נײַער זמן ייִדיש־קלאַסן. דער זמן וועט דויערן פֿונעם 26סטן אָקטאָבער ביז סוף יוני. נאָך אַ ריי קלאַסן אין ייִדישער שפּראַך פֿאַר אָנהייבער ביז אַוואַנסירטע סטודענטן וועלן פֿאָרקומען אויף ייִדיש:
יעדן מאָנטיק, 9:45 אין דער פֿרי, וועט ד׳׳ר אסתּר ראָזשאַנסקי לערנען אַ קורס אויף דער טעמע „טראַדיציע און רעוואָלט אין דער ייִדישער ליטעראַטור‟.
יעדן דאָנערשטיק, 4:30 נאָכמיטאָג וועט ד׳׳ר אסתּר ראָזשאַנסקי לערנען אַ קורס אויף דער טעמע „די גרויסשאַפֿט אין דער ייִדישער ליטעראַטור‟.
יעדן מיטוואָך, 11:30 אין דער פֿרי וועט ד׳׳ר אסתּר ראָזשאַנסקי דורכפֿירן אַ ליטעראַרישן סעמינאַר, געווידמעט קורצע דערציילונגען.
יעדן מיטוואָך, 4:45 נאָכמיטאָג, פֿירט רבֿקה רײַך אָן מיט אַ ליטעראַרישן סעמינאַר געווידמעט די דרײַ קלאַסיקערס.
יעדן מאָנטיק, 11:30 פֿאַרמיטאָג, וועט רבֿקה רײַך אָנפֿירן מיט אַ קורס, געווידמעט דער פֿרוי אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
ד׳׳ר חווה טורניאַנסקי און ד׳׳ר אַבֿרהם נאָווערשטערן וועלן אָנפֿירן מיט אַ קורס, „דאָס ייִדישע וואָרט: אַ מעשׂה פֿון אַכט יאָרהונדערטער‟.
נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אָן: 03-695-6513.
בײַ דער „געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש‟ אין הדרה (בית־עולה ששת הימים 20) קומט פֿאָר אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש יעדן מאָנטיק, 5 אַזייגער אין אָוונט.
נאָך אינפֿאָרמאַציע: 04-622-6943
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.