לאַבירינטן און דראַקאָנען — 40 יאָר

40 Years of Dungeons and Dragons

אינמיטן דער שפּיל
Wikipedia
אינמיטן דער שפּיל

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 22, 2014, issue of November 07, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ איך בין אויפֿגעוואַקסן, איז די דאָזיקע שפּיל טאַקע גאָר פּאָפּולער בײַ ייִדישע קינדער, בפֿרט צווישן יונגע מאַטעמאַטיקער, וואָס זענען הײַנט געוואָרן פּראָפֿעסאָרן און קאָמפּיוטער־מומחים. נישט האָבנדיק אַן עכטע אַמעריקאַנער שפּיל־ברעט, האָבן זיי געשפּילט מיט אַ בלײַער אויף אַ שטיקל געקעסטלט פּאַפּיר.

צווישן די קאָנסערוואַטיווע אַמעריקאַנער קריסטן האָט D&D אַרויסגערופֿן אַ ריי קאָנטראָווערסיעס, צוליב די אַסאָציאַציעס מיט די שדים, בייזע כּישוף־מאַכער און האַלב־נאַקעטע מאָנסטער־פֿרויען. אין אַמעריקע זענען פֿאַרשפּרייט אויסטערלישע לעגענדעס, לויט וועלכע די דאָזיקע שפּיל קאָן מאַכן אַ מענטש משוגע, ברענגען צו אַ זעלבסטמאָרד אָדער צום דינען דעם שׂטן. אַזעלכע באָבע־מעשׂיות האָבן געהאָלפֿן צו פֿאַרפֿעסטיקן די רעפּוטאַציע פֿון D&D ווי דווקא אַ ייִדישע „אומקריסטלעכע‟ שפּילערײַ.

דער וועגווײַזער פֿון די מאָנסטערס פֿאַר „לאַבירינטן און דראַקאָנען‟ אויף העברעיִש
Wikipedia
דער וועגווײַזער פֿון די מאָנסטערס פֿאַר „לאַבירינטן און דראַקאָנען‟ אויף העברעיִש

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט די פּרעסע איבערגעגעבן, אַז צה״ל באַציט זיך אויך מיט אַ גרויסן חשד צו דער דאָזיקער שפּיל — בפֿרט צו די יונגע־לײַט, וואָס פֿאַרזאַמלען זיך אין וועלדער און פֿאַרשטעלן זיך פֿאַר עלפֿן און מכשפֿים, אַנשטאָט צו שפּילן בלויז בײַם טיש. אַזאַ פֿאַרווײַלונג איז באַזונדערס פֿאַרשפּרייט צווישן די רוסיש־רעדנדיקע עולים. אויב די קאָמאַנדירן געפֿינען אויס, אַז אַ סאָלדאַט האָט ליב אַזאַ טעטיקייט, צווינגט מען אים צו באַזוכן אַ מיליטערישן פּסיכאָלאָג. מע קאָן אַפֿילו פֿאַרלירן צוליב דעם אַ מיליטעריש אַמט. די אַרמיי באַטראַכט די שפּילער ווי אַ מאָדנע חבֿרה בעלי־חלומות.

פֿאַרוואָס ציט אַזאַ פֿאַרווײַלונג כּסדר צו מיליאָנען מענטשן שוין במשך פֿון 40 יאָר, באַזונדערס יונגע ראָמאַנטיקער מיט אַ מאַטעמאַטישן קאָפּ?

דער גרויסער פּסיכאָלאָג קאַרל יונג האָט געגלייבט, אַז אין דער מענטשלעכער נטיה צו מיטאָלאָגישע מאָטיוון שפּיגלען זיך אָפּ די אַרכעטיפּן — טיפֿע נשמה־תּהומען, וואָס ווערן אַסאָציִיִרט מיט אַזעלכע סימבאָלן, ווי אַפּאָקאַליפּטישע שלאַכטן צווישן די ליכטיקע און פֿינצטערע כּוחות.

די אָפֿיציעלע אָריגינעלע ווערסיעס פֿון דער שפּיל זענען במשך פֿון דער צײַט פֿאַרגליווערט געוואָרן און זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ צעצווײַגטער נעץ פֿון קאָרפּאָראַטיווע געשעפֿטן. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, וואָס מע געקאָנט גענוג גרינג צוטראַכטן אַ ייִדישלעכע ווערסיע פֿון D&D, באַגרינדעט אויף די מדרשים, קבלה־ספֿרים און פֿאָקלס־לעגענדעס. עס וואָלט געווען טשיקאַווע, אויב עמעצער וואָלט געשאַפֿן אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם — טאַקע אויף ייִדיש — וווּ עס פֿיגורירן פֿאַרשיידענע „היימישע‟ פּיפּערנאָטערס, שרעטעלעך און לאַפּיטוטן. דער מחבר פֿון די שורות האָט שוין נישט איין מאָל באַטראַכט די דאָזיקע טעמע מיט מײַנע חבֿרים, אַרײַנגערעכנט חסידישע קאָמפּיוטער־פּראָגראַמיסטן.