מענדעלע איז געווען דער זיידע פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור. נאָר דעם ערן־טיטל, „זיידע‟, האָבן געקראָגן אויך געלערנטע אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, פֿון דער מענטשלעכער טעטיקייט. אַזוי, צום בײַשפּיל, איז אַלבערט אײַנשטיין געווען דער זיידע פֿון דער אַטאָמישער באָמבע…
ניט לאַנג צוריק האָט דער רוסלענדישער מיניסטער פֿון אויסערלעכע ענינים, סערגיי לאַווראָוו, געזאָגט, אַז מאָסקווע גרייט זיך צו באַנײַען איר נוקלעאַרן אַרסענאַל. אין פֿאַרבינדונג מיט דעם ווילט זיך דערמאָנען אייניקע געלערנטע — ייִדן, וועלכע האָבן פֿאַרבונדן זייער לעבן מיטן שאַפֿן דעם נוקלעאַרן פּאָטענציאַל פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד…
מיט 100 יאָר צוריק אין מינסק, איז געבוירן געוואָרן דער „זיידע‟ פֿון דער סאָוועטישער אַטאָמישער באָמבע — זעלדאָוויטש יעקבֿ. זײַן טאַטע איז געווען אַן אַדוואָקאַט אין מינסק, די מאַמע — אַן איבערזעצערין פֿון פֿראַנצייזיש אויף רוסיש. אַגבֿ, זעלדאָוויטש איז געווען אויך דער „זיידע‟ פֿון דער סאָוועטישער הידראָגען־באָמבע, דער „זיידע‟ פֿון דער הײַנטצײַטיקער אַסטראָפֿיזיק… ניט זעלדאָוויטש, קאָן מען זאָגן, נאָר — זיידעאָוויטש!… זײַן לעבנסוועג דערווײַזט אונדז, וואָס פֿאַר אַ הייכן קאָן דערגרייכן אַ ייִד מיט אַ גלענצנדיקן טאַלאַנט אַפֿילו אין אַ קאָמוניסטישן לאַנד, אַפֿילו ניט זײַענדיק קיין קאָמוניסט, אַפֿילו ניט באַקומענדיק קיין הויכע בילדונג…
ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס ער האָט ניט פֿאַרענדיקט קיין העכערן לערן־אַנשטאַלט, איז ער אין דער עלטער פֿון 22 יאָר געוואָרן אַ קאַנדידאַט פֿון וויסנשאַפֿטן אין פֿיזיק, אין דרײַ יאָר אַרום פֿאַרטיידיקט ער די דאָקטאָר־דיסערטאַציע… אין דער צײַט פֿון דער מלחמה באַשאַפֿט זעלדאָוויטש דעם רעאַקטיוון האַרמאַטן־קויל פֿאַר דער באַרימטער סאָוועטישער „קאַטיושאַ‟. ער איז געווען צווישן די הויפּט־באַשאַפֿער פֿון דער סאָוועטישער אַטאָמישער באָמבע (אויגוסט 1949), און דער הידראָגען־באָמבע (1953).
מיט זעלדאָוויטשן אין איינעם האָט געאַרבעט נאָך איין ייִד — יולי כאַריטאָן. (כאַריטאָנס מאַמע, די אַקטריסע בוראָווסקאַיאַ, איז אין די יונגע יאָרן געווען די געליבטע פֿון דעם רוסיש־ייִדישן שרײַבער אָסיפּ דימאָוו, וועלכער האָט שפּעטער געאַרבעט אין „פֿאָרווערטס‟). אינטערעסאַנט איז, אַז די סאָוועטישע אַטאָמישע באָמבע האָבן אויסגעאַרבעט צוויי געהיימע גרופּעס. איין גרופּע האָט געהאַט דעם נאָמען „מצרים‟, און די צווייטע, אין וועלכער עס האָט געאַרבעט זעלדאָוויטש מיט נאָך עטלעכע ייִדן, ווי אַנדריי סאַכאַראָוו — האָט געהייסן „ישׂראל‟.
איך וויל זיך ניט אַרײַנטיפֿן אין זײַנע אומצאָליקע וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעטן אין פֿארשיידענע געביטן פֿון וויסנשאַפֿטן; אָבער פֿאַר זײַנע אַנטדעקונגען איז אים דרײַ מאָל צוגעטיילט געוואָרן די העכסטע באַלוינונג פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד — „העלד פֿון סאָציִאַליסטישער מי‟. (בלויז 16 מענטשן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד זײַנען באַערט געוואָרן מיט דעם טיטל דרײַ מאָל.) ער האָט באַקומען 4 סטאַלין־פּרעמיעס און איין לענין־פּרעמיע, פֿיל סאָוועטישע אָרדענס און מעדאַלן פֿון פֿאַרשיידענע וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיעס. סטאַלין האָט אים געשאָנקען אַ פּערזענלעכן אויטאָמאָביל, די סאָוועטישע רעגירונג נאָך סטאַלינען האָט אים אויך געשאָנקען אַן אויטאָמאָביל. בײַם לעבן האָט מען אים אין מינסק געשטעלט אַ דענקמאָל פֿון בראָנדז. אויף זײַן נאָמען זענען אָנגערופֿן אַן אַסטעראָיִד און איינע פֿון די קליינע פּלאַנעטעס. נאָכן שטאַרבן אין 1987 האָט מען אים געשטעלט אַ דענקמאָל אין מאָסקווע…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.