ליפּא שמעלצער — אַ סטודענט אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט

Lipa Schmeltzer Hitting the Books at Columbia U

ליפּא שמעלצער ענטפֿערט די פֿראַגעס פֿון ד״ר אַגי לעגוטקאָ בעת דער טרעפֿונג אינעם „דויטשעס האַוס‟
ליפּא שמעלצער ענטפֿערט די פֿראַגעס פֿון ד״ר אַגי לעגוטקאָ בעת דער טרעפֿונג אינעם „דויטשעס האַוס‟

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published October 27, 2014, issue of November 21, 2014.

אויפֿן קאַמפּוס פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט האָט זיך צום האַרבסט־זמן 2014 פֿאַרשריבן אַ נײַער סטודענט: דער שטערן פֿון דער חסידישער מוזיק — ליפּא שמעלצער.

בשעת ער אַרבעט שווער פֿאַר זײַנע צוויי קורסן — אַן אינטענסיווער ענגליש־קלאַס און אַ קלאַס וועגן טעאַטער־פֿאָרשטעלונג — האָט ער אויך אָנגעקניפּט אַ פֿאַרבינדונג מיטן ייִדיש־אָפּטייל פֿון קאָלומביע, און איז פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך טאַקע אויפֿגעטראָטן אויפֿן קאַמפּוס, פֿאַר אַן עולם פֿון ייִדיש־סטודענטן, יונגע פֿאַרערער פֿון דער חסידישער וועלט, און סתּם ליבהאָבער פֿון ייִדיש. ער האָט דערציילט וועגן זײַנע געפֿילן און איבערלעבונגען ווי אַ חסיד אין אַ סעקולערן אוניווערסיטעט, און אויך געזונגען עטלעכע ייִדישע לידער, באַגלייט פֿון אַ גרופּע מוזיקער. אַ הויכפּונקט פֿונעם אָוונט איז געווען אַ ליד, וואָס ליפּא האָט לעצטנס צוגעטראַכט, אויפֿן סמך פֿון זײַן פֿריִערדיקן שלאַגער, „דאָס פּינטעלע ייִד‟, נאָר מיט אַ נײַעם קנייטש — „דאָס פּינטעלע ייִדיש‟:

דאָס פּינטעלע ייִדיש וועט אייביק בלײַבן
און וועט אייביק ברענען
דאָס קען מען פֿון אונדז נישט פֿאַרטרײַבן
ווי אַזוי מיר זענען.

אוי דאָס פּינטעלע ייִדיש,
אוי דאָס פּינטעלע ייִדיש…

CREDIT: MICHAL OLOWNIA