ווי זעט אויס די פּערמאַנענטע אויסשטעלונג אינעם פּוילישן ייִדישן מוזיי? פֿאַרשטייט זיך, אַז כּמעט טויזנט יאָר ייִדישער געשיכטע איז נישט לײַכט צו פּרעזענטירן פֿאַרן עולם אויף איין אויסשטעלונג. פֿון דעסטוועגן, בין איך געבליבן אַ ביסל אַנטוישט נאָכן ערשטן וויזיט אין מוזיי.
ייִדן האָבן טאַקע געוווינט אין וואַרשע און אין קראָקע, אָבער דאָס רובֿ פּוילישע ייִדן האָבן געלעבט אין די שטעטלעך. ייִדן האָבן געהאַט אין פּוילן דאָס, וואָס זיי האָבן נישט געהאַט אין ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך אָדער דײַטשלאַנד — כּמעט אין גאַנצן אייגענע ייִדישע שטעטלעך; מען קען אפֿשר זאָגן, אַז די ספּעציפֿישע קולטור, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין ייִדיש, איז די שטעטל־קולטור. דאָס שטעטל שפּילט אַ געוואַלדיקע ראָלע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אַ מוזיי, געווידמעט די פּוילישע ייִדן, האָט געדאַרפֿט ווידמענען אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג דער דאָזיקער ייִדישער פּוילישער ספּעציפֿישקייט.
אַגבֿ, וואָס שייך ייִדיש… צום באַדויערן, קען מען זען טעותים אין דער קליינער צאָל אויפֿשריפֿטן אויף ייִדיש. דאָס וואָרט „אַרבעט‟, שרײַבט מען נישט מיט צוויי „יודן‟, נאָר מיט אַן „ע‟. מיט העברעיִש איז נישט בעסער. עקיבֿא (אין שײַכות מיט דער יוגנט־באַוועגונג) שרײַבט מען בײַם סוף מיט אַן „א‟ און נישט מיט אַ „ה‟. די אויסשטעלונג איז אַ צוויי־שפּראַכיקע, פּויליש און ענגליש. העברעיִש (צוזאַמען מיט ייִדיש) איז אָנערקענט ווי אַן אָפֿיציעלע מינדערהייט־שפּראַך אין פּוילן; נישט בלויז פֿאַר דער קליינער צאָל ייִדן, וואָס לעבן נאָך אַלץ אין פּוילן, נאָר פֿאַר דער גרויסער צאָל ישׂראלדיקע טוריסטן וואָלט נישט געשאַדט צו האָבן דערקלערונגען נישט בלויז אין פּויליש און ענגליש, נאָר אין העברעיִש אויך.
נאָך אַ זאַך וואָס פֿעלט אין דער אויסשטעלונג, איז אַן אָפּטייל געווידמעט דער חסידישער באַוועגונג. דער מוזיי איז אָפּגעקומען מיט אַ פּאָר בילדער אויף אָט דער גאָר וויכטיקער טעמע. די מתנגדים, אויב איך האָב נישט קיין טעות, דערמאָנט דער מוזיי אין גאַנצן נישט.
די אויסשטעלונג פּראָבירט צו זײַן דינאַמיש און לעבעדיק. בילדער באַוועגן זיך, און די ווענט רעדן צו די באַזוכער. דערפֿאַר איז עס ממש צו שטוינען, אַז דווקא פֿראַגמענטן פֿון ייִדישע פֿילמען ווײַזט דער מוזיי אין גאַנצן נישט. ווי באַקאַנט, זענען אַ סך פּיעסן פֿונעם ייִדישן טעאַטער פֿילמירט געוואָרן. אַבֿרהם מאָרעווסקי, למשל, האָט געשפּילט זײַן גרעסטע ראָלע, דעם מיראָפּעלער צדיק אינעם „דיבוק‟, סײַ אויף דער בינע און סײַ אין קינאָ. אַ שאָד, וואָס דער עולם קען נישט האָבן אַ באַגריף וועגן דער רײַכקייט פֿון ייִדישן טעאַטער און פֿילם אין דעם פֿאַרמלחמהדיקן פּוילן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.