ער איז דאָ, אונדזער זון — הייסט עס, אַז ער פֿאַרזיכערט כּסדר טאַטעניו-מאַמעניו זיי זאָלן, חלילה, נישט פֿאַרגעסן אין זײַן עקזיסטענץ: ער שלאָפֿט אײַן אויף אַ שטיקל צײַט, דערנאָך כאַפּט ער זיך אויף מיט אַ געוויין. דעקאַרט, דער גרויסער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף, וואָלט מסתּמא באַשריבן דעם קינדס שיטה אַזוי: „איך וויין, הייסט עס, אַז איך בין דאָ!‟.
דאָס געוויין הייבט זיך אָן שטיל, מיט אַ דינעם, עטוואָס הייזעריקן מיאַוקען פֿון אַ קעצעלע, וואָס צעוואַקסט זיך גיך אין אַ גרויסן יאָמער, אַן אָנגייענדיקן אַלאַרעם. עס איז עק־וועלט: די ליפּן ציטערן, דאָס פּנים איז רויט און צעקנייטשט, די הענט זוכן האַסטיק עפּעס אין דער לופֿטן — אַ רעטונגס-שטרוי. לויפֿן זיך באַלד צונויף טאַטעניו-מאַמעניו צו זען, וואָס פֿאַר אַן אָנשיקעניש האָט זיך צוגעטשעפּעט צו זייער בכור.
אַצינד שלאָפֿט ער, אונדזער תּכשיט, און דער פֿרישער טאַטעניו ניצט אויס דעם שטילן צײַט-אָפּשניט צו פֿאַסטריגעווען אַ יִידישע דערציילונג. און בשעתן שרײַבן פֿאַלט אײַן דעם טאַטעשי, אַז זײַן בכור רעדט, אַזוי צו זאָגן, יִידיש, נאָך פֿון דער מאַמעס בויך, און זאַפּט עס אײַן מיט דער מאַמעס מילך.
פֿון וואַנען ווייסט עס דער טאַטעשי? די מאַמעשי האָט אים געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז דאָס פּיצעלע אין טראַכט האָט שוין געהאַט אַ גאָר נישקשהדיק געהער. ער קען דערקענען די קולות פֿון זײַנע עלטערן און אויכעט זייער שפּראַך; אַז מע רעדט ייִדיש הערט ער זיך אײַן, פּרוּווט דערגיין, וואָס מע וויל פֿון זײַן לעבן האָבן.
אַנדערע לשונות? אַ זשום? ענגליש? אַ סקריפּ? העברעיש? יִידיש? אָט, אַזוי רעדט מען צו אים! איצט, ווען ער איז שוין פֿון דער זײַט, האָט ער שוין וואָס צו הערן.
גלײַך נאָכן געבוירן ווערן, נאָך דעם וואָס מע האָט דאָס קינד אָפּגעווישט, אײַנגעוויקלט אין אַ האַנטעך און אַ קליינטשיקן פּלעד, געלייגט אים אויף די הענט פֿון דעם פּריטשמעליעטן טאַטן, האָט דער טאַטע גענומען רעדן צו אים: „זיסעניו, מיר האָבן געוואַרט אויף דיר נײַן חדשים, און ביסט טאַקע געקומען צו אונדז!‟
אַזוי זאָל דעם טאַטעניו גוט זײַן, ווי דאָס פּיצעלע האָט אים געגעבן אַ קוק גלײַך אין די אויגן. דאָס האַרץ איז געוואַקסן בײַם טאַטן, און ער האָט געגלעט די דינע הערעלעך אויפֿן קעפּעלע פֿון זײַן קינד: „קענסט יִידיש? יאָ? פֿאַרשטייסט וואָס איך זאָג?‟ דאָס פּיצעלע האָט נישט געענטפֿערט. עס האָט שוין געקוקט אין אַן אַנדער זײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.