צי קען דאָס עופֿעלע ייִדיש?

So Does the Baby Understand Yiddish?


פֿון עמיל קאַלין

Published October 30, 2014, issue of November 21, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

און אַ מחשבֿה, פֿול מיט כּפֿירה, איז אַרײַנגעדרונגען אין דעם פֿאַרטשאַדעטן קאָפּ פֿון דעם נישט־אויסגעשלאָפֿענעם טאַטן, אַרײַנגעשטעקט אַ נאָדל אין זײַן באַלאָן: עס איז גאַנץ מעגלעך, אַז דאָס קינד קוקט אויף אים פּשוט, ווײַל ער רעדט צו אים; דאָס לשון וואָלט געקענט זײַן אויך טערקיש.

די קראַנקן־שוועסטער האָט איבערגעשלאָגן דאָס טראַכטעניש. זי האָט אַרויסגענומען דאָס עופֿעלע פֿון זײַנע אָרעמס.

מע האָט אַרויסגעפֿירט פֿונעם געבורטס-צימער די פֿריש-געבאַקענע מאַמעשי אַ בלאַסע, אַ האַלב פֿאַרחלשטע, מיט צעשויבערטע, צעלאָזטע האָר, און דאָס פּיצעלע האָט די קראַנקן־שוועסטער אַרײַנגענומען אין באַהאַנדלונג-צימער פֿאַר נײַ-געבוירענע. דער טאַטע איז צוגעגאַנגען צו דער בעט פֿון דער מאַמעשי. עס זענען זיי פֿאַרבײַגעגאַנגען אַנדערע פֿרויען, וואָס האָבן נאָר וואָס געבוירן. ער האָט באַטראַכט זייערע בלייכע, קרענקלעכע פּנימער, די אויגן מיט די בלוילעכע טאָרבעלעך, דאָס שוואַכע פֿיס-שאַרעניש, און זיך געגעבן דאָס וואָרט, אַז להבא וועלן זיי פֿריִער גוט אַ טראַכט טאָן איידער צו ברענגען אויף דער וועלט נאָך אַ קינד.

דער צימער, וווּ מע האָט אַרײַנגעבראַכט די מאַמענשי, איז געווען ענג און פֿינצטער. אין שפּיטאָל איז מען, אַפּנים, געפֿאַלן אויף אַ המצאה: מע האָט אַרײַנגענומען דרײַ פֿרויען אין אַ צימער וואָס סטײַעט אויף צוויי. צוויי פֿרויען זענען שוין געלעגן דאָרט; איינע האָט געוויינט — שטיל און אָן אויפֿהער. איר מאַן האָט געגעבן דעם טאַטן צו פֿאַרשטיין, אַז זי האָט פֿאַרלוירן אַ סך בלוט און האָט מורא פֿאַרן טויט; אַ מורא וואָס גייט איר נאָך אויכעט נאָכן האָבן.

די מאַמעשי איז גלײַך אַנטשלאָפֿן געוואָרן. זי האָט אויסגעזען רויִק ווי אַן עופֿעלע.

דער טאַטע האָט זיך געזעצט אויף אַ שטול לעבן איר בעט און געטראַכט צו זיך, אַז אין יעדן פֿאַל איז דאָס קינדס מאַמע-לשון — יִידיש. וועמען אַרט עס, אויב ער וויל מיינען, אַז דאָס קינד קען גראָד ייִדיש, און נישט טערקיש? געקומען צו דעם באַשלוס, איז דער טאַטע אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ האַרטן שלאָף.