(די 2 טע זײַט פֿון 3)
איזאָלירט פֿון דער אייראָפּעיִשער קולטור אין משך פֿון הונדערטער יאָרן, האָבן זיי אָפּגעהיט זייער לשון ווי אַן אויג אין קאָפּ. מע זאָגט, אַז אַן איסלענדער קען לייענען אַן איסלאַנדיש בוך פֿון 700 יאָר צוריק אָן שוועריקייטן, כּמעט ווי ער לייענט אַ צײַטונג. זיי ניצן אַפֿילו דעם אַלטפֿרענקישן אות þ, וואָס מע רופֿט אים „דאָרן‟, ווײַל אויף איסלאַנדיש הייסט דאָס וואָרט טאַקע ווי אויף ענגליש thorn, מיט אַזאַ קלאַנג th. אַז מע לייענט ענגלישע ביכער פֿון יענער ווײַטער תּקופֿה, איידער מע האָט אָנגעהויבן דרוקן ביכער, זעט מען אויך דעם „דאָרן‟, אָבער ער איז הײַנט געבליבן נאָר בײַ די איסלענדער.
די איסלענדער שטעלן אונדז ייִדן אויך אין שאָטן ווי אַן עם־הספֿר. פּראָפּאָרציאָנעל מיט זייער באַפֿעלקערונג, האָבן זיי די גרעסטע צאָל ביכערקראָמען אויף דער וועלט, און זיי זעצן איבער אויף זייער שפּראַך מער ליטעראַטור ווי אַלע אַנדערע פֿעלקער. אַן ערך 10% פֿון די איסלענדער שרײַבן אַליין און גיבן אַרויס ביכער; זיי טוען עס אָפֿט, כּדי אַוועקצוגעבן ווי מתּנות. אין 1955 האָט דער איסלענדישער שרײַבער האַלדאָר לאַקסנעס אַפֿילו געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור.
ווי ס’רובֿ סקאַנדינאַוויער, זײַנען די איסלענדער ליבעראַל געשטימט און וועלטלעך אין זייער וועלטבאַנעם. אַ „גאַלופּ‟־אויספֿרעג פֿון 2012 האָט באַוויזן, אַז גאַנצע 31% האַלטן זיך פֿאַר ניט־רעליגיעז, און 10% זײַנען בפֿירושע אַטעיִסטן — גאָר אַ הויכע מדרגה פֿון אַפּיקורסות. 73% זאָגן, אַז זיי זײַנען צופֿרידן מיטן לעבן, וואָס איז אַ סך מער ווי אין אַמעריקע, למשל, וווּ ס׳איז אַ דריטל, אָדער אין די אַראַבישע לענדער, וווּ ס׳איז נאָר אַ פֿינפֿטל.
עס קען זיך דאַכטן, אַז איסלאַנד איז אַ גן־עדן, ס’איז אונדז נאָר אַ שאָד וואָס די איסלענדער האָבן דעם אינדזל אויסגעכאַפּט. ווען הערצל וואָלט געהאַט דעם שׂכל פֿאָרויסצוזען דאָס אומגליק, וואָלט ער אפֿשר געפֿירט פֿאַרהאַנדלונגען מיטן דענישן קעניג און געמאַכט פֿאַר אונדז אַ גוט געשעפֿט, נאָר פֿאַרפֿאַלן… מיר קענען זיך טרייסטן, אַז ווען מיר ייִדן וואָלטן דאָרט געוווינט, וואָלט זיכער געווען קעגנאיבער אונדז, אין גרינלאַנד, אַ גרויסע נאַצישע מלוכה אָדער, איסלאַמיסטן, אָדער אַן אַנדער סאָרט שׂונאי־ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.