(די 2 טע זײַט פֿון 3)
דער ניו־יאָריקער „ייִוואָ‟ האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט די פּרטים וועגן אַ ריי סובסידיעס, וואָס וועלן דעקן די הוצאָות פֿון מאַכן פֿאָרש־אַרבעטן אין זײַנע אַרכיוון. די סטיפּענדיעס פֿאַרן צענטער אויפֿן נאָמען פֿון מאַקס ווײַנרײַך קומען מיטן תּנאי, אַז דער סטיפּענדיאַט וועט אָפּהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן זײַן פֿאָרש־אַרבעט. הײַיאָר וועט מען אָננעמען אַפּליקאַציעס אויף די פֿאָלגנדיקע סטיפּענדיעס: 1) פֿאַר מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע שטודיעס, 2) פֿאַר באַלטישע ייִדישע שטודיעס, 3) פֿאַר פּוילישע יידישע שטודיעס, 4) פֿאַר דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קונסט און ליטעראַטור, און 5) פֿאַר אַמעריקאַנער ייִדישע שטודיעס.
מע קען אַרײַנשיקן אַן אַפּליקאַציע ביזן ערשטן יאַנואַר. כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט, //dernayerdor.com/yivo/fellowship/ אָדער פֿאַרבינדט זיך מיטן אַקאַדעמישן בעל־יועץ בײַם „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון מאַקס ווײַנרײַך‟, עדי פּאָרטנוי eportnoy@yivo.cjh.org אָדער די דערציִונגס־דירעקטאָרשע בײַם צענטער, דזשעניפֿער יאָנג jyoung@yivo.cjh.org.
דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס וועט אין סעפּטעמבער 2015 ווידער אָנהייבן אַ נײַע סעסיע פֿון זײַן סטיפּענדיע־פּראָגראַם. די פּראָגראַם נעמט אַרײַן יונגע מענטשן, וואָס האָבן שוין פֿאַרענדיקט אַ ביז־גראַדויִר פּראָגראַם, און וואָס קענען שוין כאָטש אַ ביסל ייִדיש. די פֿיר אָדער פֿינף סטיפּענדיאַטן אַרבעטן פֿול־צײַטיק בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אויף פֿאַרשידענע פּראָגראַמען ווי, למשל, דאָס קאַטאַלאָגירן ביכער, שאַפֿן אויסשטעלונגען, פֿירן אָן מיט טורן, העלפֿן צו לערנען קלאַסן פֿון ייִדישער שפּראַך און מאַכן אינטערוויוען פֿאַר דער פּראָגראַם פֿון געשיכטע בעל־פּה. די סטיפּענדיאַטן ווערן באַצאָלט 28,000$ דאָלאַר אַ יאָר און באַקומען געזונט־פֿאַרזיכערונג.
פֿאַר נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט איימי לויִס אורבעל אויף aleos-urbel@bikher.org אָדער באַזוכט //www.yiddishbookcenter.org/fellowship-program. אַפּליקאַציעס וועלן אָנגענומען ווערן ביזן 5טן יאַנואַר.
דער ניו־יאָריקער ייִדישער שרײַבקרײַז וועט זיך טרעפֿן מיטוואָך, דעם 12טן נאָוועמבער, 7:30 אין אָוונט, אין דער שיל „אנשי חסד‟ אין מאַנהעטן (251 וועסט 100ע גאַס).
נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אָן לאה ראָבינסאָן 212-663-2069 אָדער שרײַבט cnydorf@aol.com.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.