ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

אַבֿרהם סוצקעווער
אַבֿרהם סוצקעווער

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published November 04, 2014, issue of November 21, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

קאָנצערט פֿון אַבֿישי פֿיש אין נתּניה

בײַם „קרײַז פֿאַר ייִדישער קולטור אין נתּניה און אומגעגנט (מרכּז דוד, 9 אחימאיר) וועט אַבֿישי פֿיש געבן אַ קאָנצערט „ייִדישע לידער פֿון נאָענט און ווײַט‟. אויפֿן גיטאַר וועט אים באַגלייטן באַרי מאָסקאָוויטש.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: 09-882-6332.

רעפֿעראַטן אויף ייִדיש אין מדינת־ישׂראל:

תּל־אָבֿיבֿ, אַרבעטער־רינג
יעדן מיטוואָך, 11:30 פֿאַרמיטאָג, קומט פֿאָר אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש בײַם תּל־אָבֿיבֿער „אַרבעטער־רינג‟ (48 קלישר).

דעם 19טן נאָוועמבער וועט ד׳׳ר לאה איילון רעדן אויף דער טעמע „יהואש דער פּאָעט און דער מענטש‟. אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט זינגען סאַמסאָן קימלמאַכער.

דעם 3טן דעצעמבער וועט ד׳׳ר בער קאָטלערמאַן רעדן אויף דער טעמע „דער ייִדיש־ציגײַנישער טעאַטראַלער סימביאָז אין מאָסקווע אין די 1930ער יאָרן‟. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט זינגען וויראַ לאָזינסקי. רעגינע דריקער וועט זי באַגלייטן אויף דער פּיאַנע.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: 03-517-6764.

סירקין־קלוב
יעדן מאָנטיק, 10 אַזייגער אין דער פֿרי קומט פֿאָר אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש בײַם „סירקין קלוב‟ אין תּל־אָבֿיבֿ (101 ארלוזורוב, 4טער שטאָק, עמיר־פּרץ זאַל). דעם 10טן נאָוועמבער וועט רעדן ד׳׳ר דבֿ־בער קאָטלערמאַן. דעם 17טן נאָוועמבער - פּנינה מעלער, און דעם 24סטן נאָוועמבער וועט אויפֿטרעטן ד׳׳ר לאה איילון.

ירושלים
בײַם „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון זלמן שזר פֿאַרן שטודירן די ייִדישע געשיכטע‟ (2 ביתּר) וועט ד׳׳ר חווה טורניאַנסקי לערנען אַ קורס מיטן נאָמען „אין דער ערשטער פּערזאָן: אויסגעקליבענע מאָנאָלאָגן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟. דער קורס טרעפֿט זיך זעקס מאָל, דינסטיק 5 אַזייגער אין אָוונט, פֿונעם 10טן מאַרץ ביזן 28סטן אַפּריל. נאָך אינפֿאָרמאַציע: 02-565-0444.

חדרה: געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש
בײַם „בית עולה‟ אין הדרה (20 ששת הימים) קומט פֿאָר אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש יעדן מאָנטיק, 5 אַזייגער אין אָוונט. דעם 17טן נאָוועמבער וועט דוד סלאָבאָדיק רעדן וועגן דעם ייִדישן הומאָר. דעם 24סטן נאָוועמבער וועט שׂרה קיגלמאַן לייענען פֿון די ווערק פֿון שלום־עליכם.