ווי איראַנישע ייִדן האָבן באַנײַט לאָס־אַנדזשעלעס

How Iranian Jews Shaped Modern Los Angeles

פֿון דזשינאַ נאַהאַל (Forward)

Published November 05, 2014, issue of November 21, 2014.

דזשינאַ נאַהאַל
דזשינאַ נאַהאַל

ווען מײַן משפּחה האָט זיך אַריבערגעצויגן פֿון טעהעראַן קיין לאָס־אַנדזשעלעס אין אויגוסט 1977, האָבן אַ צאָל דווקא אינטעליגענטע אַמעריקאַנער מיך אָפֿט געפֿרעגט קלאָץ־קשיות: צי געפֿינען זיך אין איראַן טאַקע שאָסייען און אויטאָס? צי איך האָב יעדן טאָג געריטן אויף אַ קעמל אין שול? ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן נישט געוווּסט דעם אונטערשייד צווישן איראַן און איראַק, צווישן אַראַבער און איראַנער, צווישן שיִיִטן און סוניטן; און זיכער האָבן זיי נאָך קיין מאָל נישט געהערט פֿון אַן איראַנישן ייִד.

ווי אַ סך האָט זיך געביטן אין בלויז איין יאָר! ביזן זומער 1978 זענען שוין אַלע דירות אין די לוקסוס־הײַזער אין וועסטוווּד, אַ געגנט אין לאָס־אַנדזשעלעס, געווען פֿאַרדונגען די איראַנישע משפּחות, און די כּשרע קראָמען אין פּיקאָ־ראָבערטסאָן האָבן, אַ דאַנק די נײַע אימיגראַנטן, ווידער אויפֿגעלעבט.

ס׳איז נישט קיין ספֿק, אַז די איראַנישע ייִדן האָבן ממש געביטן דעם געזעלשאַפֿטלעכן און עקאָנאָמישן כאַראַקטער פֿון לאָס־אַנדזשעלעס. איידער די איראַנער זענען אָנגעקומען, איז בעווערלי־הילס געווען אַן אומבאַקאַנט שטעטל מיט פֿאַרביסענע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן פֿון איין זײַט, און „פּאַרעווע‟ פּראָטעסטאַנטן מיט פּאָליעסטער־קליידער — פֿון דער צווייטער. האָליוווּד איז געווען אַ דלות־קוואַרטל. דאָס עסן איז געווען פּרימיטיוו, און די קונים פֿון די כּל־בו־געשעפֿטן — בדרך־כּלל, מענטשן אין די 80ער.

די פּלוצעמדיקע אימיגראַציע פֿון אַ געבילדעטער, פֿאַרמעגלעכער און וועלטלעכער באַפֿעלקערונג האָט ממש אויפֿגעלעבט די שטאָט מיט ענערגיע און קאָליר. די איראַנישע ייִדן האָבן ממש געראַטעוועט די ייִדישע קהילה אין לאָס־אַנדזשעלעס פֿון אַ ממשותדיקער ירידה — אַ פּועל־יוצא פֿון דער וואַקסנדיקער אַסימילאַציע און גלײַכגילט מצד דעם ייִנגערן דור. אין די 1970ער האָט די מיטגלידערשאַפֿט פֿון די הויפּט־סינאַגאָגעס אין לאָס־אַנדזשעלעס געהאַלטן אין איין פֿאַלן, און אַ העלפֿט פֿון די ערטער אין זייערע טאָגשולן זענען געבליבן ליידיק. שבתדיקע מאָלצײַטן האָבן די אָרטיקע ייִדן געגעסן אין אַ ייִדישן „דעלי‟, און בלויז די פֿרומסטע פֿון זיי האָבן טאַקע געפֿאַסט יום־כּיפּור אָדער אויסגעמיטן חמץ פּסח.

די איראַנישע ייִדן, וועלכע זענען נישט פֿאַררעכנט פֿאַר ספֿרדים אָדער אַשכּנזים, נאָר „מיזרחי‟, איז די עלטסטע באַפֿעלקערונג אין גלות. זייער געשיכטע האָט זיך אָנגעהויבן אין 587 פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג, ווען נבֿוכדנצר האָט צעשטערט דעם ערשטן בית־המיקדש און געבראַכט די ייִדן ווי שקלאַפֿן אינעם אָרט, וואָס איז דעמאָלט געווען בבֿל און שפּעטער געוואָרן די גרויסע פּערסישע אימפּעריע.

אין 539 פֿאַר דער איצטיקער צײַט רעכענונג, האָט צירוס דער גרויסער אַרויסגעלאָזט די ערשטע דעקלאַראַציע פֿון מענטשנרעכט, דערבײַ האָט ער באַפֿרײַט די ייִדן און זיי געלאָזט זיך אומצוקערן קיין ארץ־ישׂראל, איבערצובויען דעם בית־המיקדש, אָבער בלויז אַ העלפֿט פֿון די ייִדן האָבן עס טאַקע געטאָן. די אַנדערע האָבן זיך צעזייט און צעשפּרייט אין די ערטער, וואָס זענען שפּעטער געוואָרן טערקײַ, עגיפּטן, איראַק, סיריע, אַפֿגאַניסטאַן און פּאַקיסטאַן.