(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פּעפּלערס באַמערקונגען העלפֿן צו פֿאַרשטיין די געשיכטע פֿון יעדן ליד, אָבער דאָ און דאָרט פֿעלט אַ ביסל אינפֿאָרמאַציע. דאָס ערשטע ליד „אַ גנבֿ איז אַ תּקיף‟, האָט פּנחס גראַובאַרד געדרוקט אין דער זאַמלונג „בײַ אונדז ייִדן‟, אין וואַרשע 1923, און דער פֿאַקט, וואָס מע האָט עס געזונגען אין דער פֿאָרשטעלונג „אורקע נאַכאַלניק‟, מיינט נישט, אַז ס’איז נישט נאָך עלטער. דאָס באַליבטע ליד „דאָס טליתל‟ איז בלי־ספֿק פֿון ש. שמואלעוויטש, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אַנדערע האַלטן, אַז ס’איז פֿון גאָלדפֿאַדען. אַ דיקסגאָראַפֿיע, אַ רשימה וואָס רעכנט אויס ווער און ווען מע האָט די לידער שוין רעקאָרדירט, וואָלט אויך צו ניץ געקומען.
דער גרעסטער חידוש פֿון דער פֿאָרשונג איז די וויכטיקע השפּעה פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן טעאַטער אויפֿן פּוילישן ייִדישן טעאַטער אין די 1930ער יאָרן. די שאַפֿונגען פֿון די באַקאַנטע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון ניו־יאָרק — פּערלמוטער און וואָל, גילראָד, דוד מייעראָוויטש, שלום סעקונדע, לויִס פֿרידזעל — האָט מען געזונגען און רעקאָרדירט אין וואַרשע. מע האָט אַפֿילו געזונגען די ענגלישע ווערטער וואָס האָבן זיך אַרײַנגעכאַפּט, כאָטש מע האָט זיי נישט אַלע פֿאַרשטאַנען (ווי למשל, אינעם ליד „אַ מיסטייק” — אַ טעות). זעט אויס, אַז אונדזער סעקאָנד־עוועניו־טעאַטער האָבן די ייִדן אין וואַרשע גוט געקענט.
דער טעאַטער־עולם אין וואַרשע און לאָדזש, און אין אַ סך אַנדערע שטעט און שטעטלעך האָבן געשלונגען די לידער. זיי זענען געגאַנגען עטלעכע מאָל צו הערן די זעלבע טעאַטער־פֿאָרשטעלוגנען, און זיי האָבן זיך אויסגעלערנט, אַמאָל מיט דער הילף פֿון אַזוינע ביכלעך ווי איציק זשעלאָנעק האָט פֿאַרקויפֿט.
אין בראָנקס האָבן מיר געהאַט אַ לאָדזשער שכן, וועלכער האָט געזונגען אַ ליד, וואָס געפֿינט זיך אין פּעפּלערס זאַמלונג — „לייבקע פֿאָרט קיין אַמעריקע‟ — וואָס איז אַזוי לאַנג, אַז עס פֿאַרנעמט ביידע זײַטן פֿון דער פּלאַטע — אַזוי פֿאַרכאַפּט איז מען געוואָרן פֿונעם ייִדישן טעאַטער. די פּיעסעס, ס’רובֿ גאַנץ שונדישע, האָט מען שוין לאַנג פֿאַרגעסן, אָבער די לידער, אַמאָל דורך רעקאָרדירונגען, אַמאָל בלויז אַ דאַנק דעם זכּרון, זענען געבליבן.
אין די צוויי נײַע רעקאָרדירונגען „לעבעדיק יאַנקל‟ [Lebedik Yank] און „נערוועז‟, [!Nervez], דאָס צווייטע און דריטע (און לעצטע) קאָמפּאַקטל אין פּעפּלערס סעריע „ייִדישע לידער פֿון וואַרשע‟, זינגט זי 35 לידער פֿון זשעלאָנעקס זאַמלונגען. דער צוהערער קען דורך זיי הנאה האָבן פֿון איר פֿאָרשונג און רעקאָנסטרויִר־אַרבעט. אַ טייל פֿון די לידער ווי „די מיידלעך פֿון אַמאָל‟, איז פּשוט נאַריש, און האָבן אין גאַנצן פֿאַרלוירן זייער חן, וואָס זיי האָבן אפֿשר אַמאָל געהאַט. די פּויליש־ייִדישע זינגערס, ווי אַהרן לעבעדעוו, בן־ציון וויטלער, פּסחקע בורשטיין און זײער שיטה האָבן פֿאַרשטאַנען, ווי אַזוי אויסצודריקן ייִדישע געפֿילן אַפֿילו אין אַזוינע לידער.
פּעפּלער דאַרף נאָך ווײַטער אַנטוויקלען די ייִדישע קנייטשן אין איר געזאַנג־סטיל, כּדי די לידער זאָלן האָבן אַ מער ייִדישן טעם. אירע פּשוטע אַראַנזשירונגען מיט פּיאָנע און פֿידל פּאַסן זיך גוט צו, און מע פֿאַרשטייט יעדעס וואָרט, סײַ ווען זי זינגט, סײַ ווען עס זינגט ראַנדי קלאָקאָ. פּעפּלערס וועבזײַט איז Yiddishtheatersongs.com אַ ווידעאָ ווי דזשיין פּעפּלער זינגט אַ וואַרשעווער טעאַטער־ליד קען מע דאָ זען:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.