לייבו לעווין — אַ פֿלייט, אַ פֿידל, אַן אָרגל...

Leibu Levin – A Flute, A Violin and an Organ

לייבו לעווין
לייבו לעווין

פֿון משה לעמסטער

Published November 07, 2014, issue of November 21, 2014.

מע האָט געפֿרעגט בײַ אַ פֿלייט: „וויאַזוי באַציסטו זיך צו מוזיק?‟ — האָט אויסגעבלאָזן די פֿלייט: „אַ נאַרישע פֿראַגע, איך בין דאָס קול פֿון מוזיק!‟

מע האָט געפֿרעגט בײַ אַ פֿידל: „וויאַזוי באַציסטו זיך צו מוזיק?‟ — האָט אויסגעזונגען דאָס פֿידל: „אַ נאַרישע פֿראַגע, איך בין דאָס קול פֿון מוזיק!‟

מע האָט געפֿרעגט בײַ אַן אָרגל: „וויאַזוי באַציסטו זיך צו מוזיק?‟ — האָט אויסגעשפּילט דער אָרגל: „אַ נאַרישע פֿראַגע, איך בין דאָס קול פֿון מוזיק!…‟

ווען מע פֿרעגט לייבו לעווין: „וויאַזוי באַציסטו זיך צו ייִדיש?” — וואָלט ער געקאָנט און געמעגט ענטפֿערן: „אַ נאַרישע פֿראַגע, איך בין דאָס קול פֿון ייִדיש…‟

יאָ, לייבו לעווין — דער רעציטאַטאָר, קאָמפּאָזיטאָר, פּאָעט, מענטש פֿון וואָרט און ניגון, וואָרטקינסטלער איז גלײַך ווי אַליין געווען אַן אינסטרומענט, וועלכן די נאַטור האָט באַשאַפֿן אויף אויסצוזינגען די ייִדישע דיכטונג, די פֿערזן פֿון אונדזערע גרויסע, באַדײַטנדיקע פּאָעטן. ער, לייבו לעווין, איז אין דער זעלבער צײַט געווען אי אַ פֿלייט, אי אַ פֿידל, אי אַן אָרגל…

געבוירן געוואָרן איז לעווין מיט 100 יאָר צוריק אין בוקאָווינע. דאָרט, וווּ עס הייכן זיך די קאַרפּאַטן־בערג, האָט ער פֿון קינדווײַז אָן, אײַנגעזאַַפּט אין זיך די ניגונים פֿון די באָיאַנער חסידים — זײַן טאַטע איז געווען אַ חסיד פֿונעם באָיאַנער רבי; די ניגונים פֿון די אוקראַיִנישע פֿאָלקסלידער, פֿון די קאַרפּאַטן־בערג, פֿון די גרינע וועלדער אויף די באַרגנייגן, פֿון די גראָזן און פֿילקאָלירטע פֿעלדבלימלעך אויף די לאָנקעס. ער האָט געהאַט אַ טאַלאַנט ניט נאָר צו הערן דעם ניגון פֿון אַ בוים אין וואַלד, פֿון אַ בלימל אין פֿעלד; ער האָט געקאָנט הערן דעם אינערלעכן ניגון פֿון אַ פֿערז, פֿון אַ באַלאַדע, פֿון אַ סאָנעט…

וואָס מיינט אמתע פּאָעזיע? דאָס זענען פּאָעטישע שאַפֿונגען, וועלכע פֿאַרמאָגן אין זיך מוזיק. אין דער מוזיק שפּיגלט זיך אָפּ דעם דיכטערס זינגענדיקע, לײַדנדיקע פֿאַרחלומטע נשמה. מאַנגערס ליד קלינגט ווי אַ קרישטאָלענער כּוס. און נעמסט אַ ליד פֿון אַן אַנדערן פּאָעט, איז זי ווי אַ ליימענע כּלי, בלויז טויבע קלאַנגען, אָן האַרץ און אָן געפֿיל. לייבו לעווין איז געווען אַ מבֿין אויף דיכטונג. ער האָט געפֿילט און געהערט דעם ניגון פֿון אַ „קרישטאָלענעם כּוס‟, און דעם טויבן קלאַנג פֿון אַ „ליימענער כּלי‟.

ער האָט אָנגעהויבן זײַנע רעציטאַציעס אין 1935 אין טשערנאָוויץ, אין דער עלטער 21 יאָר, וואָס האָבן תּיכּף צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון דער צײַטונג „טשערנאָוויצער בלעטער‟, וווּ דער רעדאַקטאָר הערש סעגאַל האָט אָנגעשריבן אַ באַגײַסטערטע רעצענזיע. לעווין האָט געלייענט שטיינבאַרגס משלים און די לידער פֿון פּרצן, מאַנגער, נאַדיר. ער טרעט אויף אין די רומענישע שטעט און שטעטלעך: בוקאַרעשט, סיגעט, ראַדעוויץ, נאָוואָסעליץ, יעדינעץ, בעלץ, וויזשניץ, קאַלאַראַש…

לייבו לעווין האָט ניט בלויז געלייענט די פּאָעטישע שאַפֿונגען ווי אַ רעציטאַטאָר, נאָר אויך זיי אויסגעשפּילט, ווי אַן אַקטיאָר, און דאָס וויכטיקסטע איז, וואָס אַ סך פֿערזן האָט ער געלייענט מיט אַ ניגון, און די ניגונים האָט ער אַליין געשאַפֿן ווי אַ קאָמפּאָזיטאָר. ער האָט ניט רעציטירט מאַנגערן, רייזענען, האַלפּערן… ער האָט אויסגעזונגען זייערע שאַפֿונגען. די שורות פֿון אַ ליד זענען געווען פֿאַר לייבו לעווין ווי נאָטן. דאָס וואָרט און דער ניגון האָבן אים געהאָלפֿן אין דער פֿולער מאָס, אויף אַן עמאָציאָנעלן ניוואָ דערטראָגן צום צוהערער דעם אינהאַלט פֿון די פּאָעטישע ווערק, אַנטפּלעקן פֿאַר זיי, פֿאַר די צוהערער, די אוצרות פֿון דעם דיכטערס נשמה. אין דעם זינען איז לייבו לעווין געווען אַ יורש פֿון די בראָדער־זינגער, פֿון וועלוול זבאַרזשער.