צווישן די הונדערטער ייִדישע שטעטלעך, אומגעבראַכט אין אוקראַיִנע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז געווען אויך דאָס שטעטל קראַסנאָסטאַוו.
חוץ מינדלעכע דערמאָנונגען, דאָ און דאָרט, פֿון די געוועזענע אײַנוווינער, האָט זיך ווייניק וואָס פֿאַרהיט וועגן דעם שטעטל, אַפֿילו אין „יד־ושם‟. סײַדן אין דער באַקאַנטער „ייִדישער ענציקלאָפּעדיע‟, וואָס איז דערשינען אין רוסלאַנד נאָך אָנהייב 19טן יאָרהונדערט, ווערט דערמאָנט קראַסנאָסטאַוו מיט דרײַ שורות: „אַ שטעטל אין נאָוואָגראַד־וואָלינער אוּיעזד וואָלינער גובערניע. אין יאָר 1847 האָט די קראַסנאָסטאַווער קהילה געציילט 246 נפֿשות; אין 1897 האָבן דאָרט געלעבט 2,194 מענטשן, 1,222 פֿון זיי — ייִדן.‟
דער הײַנטיקער קראַסנאָסטאַוו, וווּ עס איז נישט געבליבן קיין איין ייִד ניט, גייט אַדמיניסטראַטיוו אַרײַן אין סלאַוווּטער ראַיאָן כמעלניצקער געגנט, און געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון דער אַלטער סאָוועטיש־פּוילישער גרענעץ.
אַמאָל איז דאָס שטעטל געווען אין סאַמע צענטער פֿון דער חסידישער השפּעה — אינעם דרײַעק צווישן זשיטאָמיר, סלאַוווּטע און פּאָלאָנע. געלעבט האָבן דאָרט ייִדן, אוקראַיִנער, פּאָליאַקן און דײַטשן. די ייִדן זײַנען מערסטנס געווען בעל־מלאָכות; אָבער נישט ווייניק האָבן געצויגן די חיונה פֿון „לופֿט‟. די משפּחות האָבן נישט געקאַרגט אויף קינדער, דעריבער איז די הויפּט־זאָרג געווען, ווי אַזוי אָנצושטאָפּן די 5־10 בײַכלעך. פֿאַרשפּרייט איז געווען דאָס ווערטל: „צרות מיט אַן אָנבײַסן קען מען נאָך איבערטראָגן, אָבער צרות אָן אַן אָנבײַסן קען מען שוין נישט אויסהאַלטן‟.
ווי עס פֿירט זיך, איז געווען אינעם שטעטל אַ רבֿ, אַ חזן און עטלעכע שוחטים. הינטערן שטעטל האָט זיך צעשפּרייט דער אַלטער בית־עולם — דאָס הייליקע אָרט. אַ שידוך פֿלעגט מען מאַכן דורך אַ שדכן, וואָס האָט שוין געפֿונען אַ חתן־כּלה פֿון אַ גלײַכן ייִחוס. בײַם קנס־מאָל האָט דער חתן געשענקט דער כּלה געלט און אַ פּאַרוק. די מער פֿעיִקע חבֿרה פֿלעגן פֿאָרן זיך לערנען אין דער נאָוואָגראַד־וואָלינער ישיבֿה. עטלעכע ייִדישע רעקרוטן האָבן געדינט אין דער צאַרישער אַרמיי בעת דער רוסיש־יאַפּאַנישער מלחמה, און אַרום 20 סאָלדאַטן — זיך געשלאָגן אויף די פֿראָנטן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה.
ווען אין רוסלאַנד, אין 1917, איז געשען די אָקטאָבער־איבערקערעניש, האָבן ס׳רובֿ ייִדן פֿונעם שטעטל געשטיצט די באָלשעוויקעס. די נײַע ווינטן האָבן אָנגערירט יעדן אײַנוווינער. איינער פֿון זיי, דער וויסטער קבצן דוד (דיודקע) האָט אָנגעטשעפּעט אַ רויטן באַנט און איז אַזוי אַרומגעגאַנגען איבער קראַסנאָסטאַוו. האָט אים באַגעגנט דער אָרטיקער גבֿיר משה קאַפּלאַן און געפֿרעגט: „דוד, צו וואָס האָסטו אָנגעטשעפּעט דאָס רויטע בענדל?‟ — ענטפֿערט אים דוד: „צו וואָס? איך ווייס, אַז די נײַע מאַכט וועט מיך נישט מאַכן אַזוי רײַך ווי דו ביסט, משה, אָבער כ׳ווייס זיכער, אַז זי וועט פֿון דיר מאַכן אַ קבצן, פּונקט ווי איך בין!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.