איין לאָמפּ ברענט אין אונדזער וווינצימער מיט אַ פֿאַרטונקלטער שײַן. מע האָט אונדז געעצהט, אַז בײַ נאַכט, בשעת מע האָדעוועט דאָס קינד, זאָל מען נישט אָנצינדן קיין ליכט, ווײַל אַזוי וועט עס אָנהייבן אונטערצושיידן דאָס מלכות פֿון פֿינצטער פֿון דעם מלכות פֿון ליכט, ווי אין בראשית-צײַטן. להד”ם, נישט געשטויגן, נישט געפֿלויגן. עס זאָל זיי נעמען דער וואַטע-מאַכער, די אַלע עצה-געבערס און מבֿינים אין קינדער.
אונדזערע פּיצינקע אייגעלעך זענען אָפֿן נאָך ברייטער, און דאָס מויל אַרבעט גיכער ווי בײַ טאָג. מיר מוטשען זיך מיט אים שוין איבער אַ שעה, אָבער ער, אין קעגנזאַץ צו זײַנע טאַטע-מאַמע, ווײַזט נישט אַרויס קיין שום שפּור פֿון מידקייט.
מיר, גליקלעכע טאַטע-מאַמע, שפּירן גאַנץ גוט דעם חילוק צווישן טאָג און נאַכט: בײַ טאָג פֿאַלט מען פֿון די פֿיס און די זון שײַנט, בײַ נאַכט פֿאַלט מען אויפֿן פּנים און די לבֿנה שײַנט.
דאָס לשון בײַט זיך בײַ אונדז אויכעט: בײַ טאָג באַקומט זיך עס בײַ אונדז איידעלער: מע גיט אים צו עסן, ער איז הונגעריק, ער וויינט, מע רוקט אים צו צו דער ברוסט, עס „מאַכט‟ אָן אין די ווינדלען… און בײַ נאַכט? בײַ נאַכט קלינגט אונדזער לשון גאָר אַנדערש: מע גיט אים צו פֿרעסן פֿון פֿלעשעלע, זײַנע געדערעם קרייען, ער מאַכט אַ לאָך אין קאָפּ, ער איז אַ גראַגער, און ער קאַקט און פּישט אין די ווינדעלעך.
איך שפּאַר אָן זײַן קעפּעלע אויף מײַן אָרעם און רוק דאָס פֿלעשעלע צו צו זײַנע ליפּן. ער וויינט ווײַטער. ער רוקט אַרײַן די פֿינגערלעך אין מויל, עפֿנט אויף די אויגן נאָך ברייטער, און מיט וווּנדער הייבט ער זיי אָן צו סמאָטשקען.
איך דערשטיק אַ גענעץ און וואַרף אַ קוק אויפֿן באַלקאָן, עס אָוונט זיך. ניין, טו איך אַ צווייטן קלער, עס טאָגט זיך. אַזוי זאָל מיר גוט זײַן, איך האָב אין גאַנצן פֿאַרגעסן ווי עס זעט אויס דעם זונס אויפֿגאַנג? ווען האָב איך דאָס געזען צום לעצטן מאָל? מיט צען, אפֿשר פֿופֿצן יאָר צוריק, בעת איך האָב זיך אומגעקערט אַהיים מיט שווערע, אומזיכערע, האַלב-שיכּורע טריט.
דער שליסל, דער שלימזל, האָט נישט געוואָלט אַרײַן אין שלאָס, האָב איך געדאַרפֿט זיך ראַנגלען מיט אים אַ ביסל. די טיר האָט זיך אַן עפֿן געטאָן מיט אַ לאַנגן סקריפּ. מײַן פּלאַן אַרײַנצוגיין אין דער דירה שאַ-שטיל, „אין די זאָקן‟, און זיך אַרײַנשמוגלען אין מײַן צימער איז הילכיק דורכגעפֿאַלן.
די באָבע האָט אַרויסגעקוקט פֿון איר צימער, און באַטראַכט מיך מיט רויטע, פֿאַרשלאָפֿענע אויגן; איר פּנים איז געווען צעקנייטשט, ווי געוויינטלעך; איר קול —הייזעריקלעך:
„וואָס איז דיר? ס’איז דיר נישט גוט?‟
„איך בין מיד, איך גיי שלאָפֿן.‟
„האָסט איבל? דער קאָפּ דרייט זיך? קום אַהער, איך האָב גוטע פּילן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.