(די 2 טע זײַט פֿון 2)
זי איז אַוועק צוריק אין איר צימער, און אַ שטילער רויש פֿון פּאָרעניש איז אַרויסגעקומען פֿון יענער זײַט טיר.
„איך דאַרף גאָרנישט!‟
פּלוצעם בליצט אויף אין מײַן קאָפּ די דערמאָנונג, אַז איך האָב געדאַרפֿט שוין אָנהייבן שרײַבן אָט דעם אַרטיקל. איך קוק אויף דער פּלוניתטע און די ווערטער, אויסגעשעפּטע, פֿאַרנעפּלטע, קריכן קוים אַרויס פֿון מויל: „איך דאַרף שרײַבן אַן אַרטיקל פֿאַרן ׳פֿאָרווערטס׳… ‟ איז וועגן וואָס זאָל איך שרײַבן?‟
„איך ווייס נישט‟ — ציט זי מיט די אַקסלען. אַ שיינעם דאַנק! איך מוז שוין ווידער אַליין לייזן די פֿראַגע.
איך עפֿן דעם שויס-קאָמפּיוטער און לייען די קעפּלעך פֿון די אַרטיקלען; אפֿשר פֿון זיי וועט אַרויסקומען די ישועה:
„יאָרדאַניע רופֿט צוריק דעם אַמבאַסאַדאָר, כּדי אַרומצורעדן די ישׂראלדיקע פֿאַרלעצונגען אין הר-הבית‟ — וועגן וואָס רעדן זיי, צו אַל די שוואַרצע יאַר? ייִדן טאָרן נישט שעפּטשען און זיך בייגן אויפֿן באַרג.
נו, מסתּמא פּונקט איצט זיצן די „ליבעראַלע‟ זשורנאַליסטן און גיסן טײַכן טינט צו באַרעכטיקט די אַראַבישע אומטאָלעראַנץ. ס’איז אַ געלעכטער, כ’לעבן. מע קען שוין מיינען, אַז די ייִדן ווילן אויפֿבויען דעם בית-המקדש — אַ נעכטיקער טאָג.
„אומרוען אין ירושלים — אַ דרײַ-חודשדיק עופֿעלע איז געשטאָרבן צוליב זײַנע וווּנדן‟ — מע ווײַזט אַ פֿאָטאָ פֿון דעם ברעקל, נעבעך. איך קוק אויף מײַן עופֿעלע. ער סמאָטשקעט, גלײַך ווי גאָרנישט; זיי זענען זייער ענלעך איינס צום צווייטן, דאָס אומגעקומענע מיידעלע און מײַן זון, אים צו לאַנגע יאָר.
איך מאַך אָפּ בײַ זיך, אַז ווײַטער וועל איך גיין מיט אים נאָר אויף זײַטיקע גאַסן. און זי, מײַן פֿרוי? איך וועל זי איבעררעדן זי זאָל נישט פֿאָרן מיטן אויטאָבוס, און אויך נישט מיט אַ טאַקסי. גיי ווייס, ווער עס זיצט בײַם רודער… דאָס בעסטע איז צו גיין צו פֿוס, אויף זײַטיקע גאַסן.
און איך פֿיל, ווי מײַן פּנים ווערט צעקנייטשטער ווי געוויינטלעך, און איך דערמאָן זיך ווידער אין מײַן באָבען… איך הער יענעם ווײַטן שטילן רויש פֿון פּאָרעניש…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.