אויף דער ביכער־פּאָליצע

On The Bookshelf

פֿון רעכטס: דער טאָוול פֿונעם אָריגינעלן קאָכבוך (ווילנע, 1938) און דער טאָוול פֿון דער נײַער ענגלישער איבערזעצונג פֿונעם „וועגעטאַריש דיעטישער קאָכבוך‟ פֿון פֿאַני לעוואַנדאָ
פֿון רעכטס: דער טאָוול פֿונעם אָריגינעלן קאָכבוך (ווילנע, 1938) און דער טאָוול פֿון דער נײַער ענגלישער איבערזעצונג פֿונעם „וועגעטאַריש דיעטישער קאָכבוך‟ פֿון פֿאַני לעוואַנדאָ

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published November 19, 2014, issue of December 05, 2014.

פֿאַני לעוואַנדאָס „וועגעטאַריש־דיעטישער קאָכבוך‟ אויף ענגליש

ווען מע גיט אַ טראַכט וועגן די ייִדישע ביכער, וואָס ווערן איבערגעזעצט אויף ענגליש, דערמאָנט מען צום ערשט בעלעטריסטיק, דערנאָך פּאָעזיע און אפֿשר אויפֿן דריטן אָרט שטעלט מען די ביכער אויף היסטאָרישע טעמעס און עדות־זאָגן וועגן דעם חורבן, און יזכּור־ביכער.

די ביכער, וואָס ווערן, צום ווייניקסטנס, איבערגעזעצט זענען די, וואָס ווײַזן אָן, ווי אַזוי מע דאַרף עפּעס טאָן אָדער לערנען אַ לימוד. אַחוץ אַ פּאָר פֿאָרשער, גייט עס באמת קיינעם ניט אָן, ווי אַזוי עס האָבן אויסגעזען די ייִדישע לערנביכער פֿון כעמיע אָדער פֿיזיק. איין אויסנאַם זענען אָבער די קאָכביכער, אויף וועלכע עס איז הײַנט דאָ אַן אינטערעס בײַם ברייטערן ענגליש־לייענדיקן עולם.

אפֿשר דאָס סאַמע־טשיקאַוועסטע קאָכבוך אויף דער ייִדישער שפּראַך האָט אָנגעשריבן פֿאַני לעוואַנדאָ, די אייגנטימערין פֿון אַ באַקאַנטן וועגעטאַרישן רעסטאָראַן אין ווילנע. איר קאָכבוך, אַרויסגעגעבן אין 1938, אַנטהאַלט 400 רעצעפּטן פֿון ייִדישע מאכלים, ווי אויך מער עקזאָטישע רעצעפּטן, איבערגעמאַכט אויף אַ וועגעטאַרישן שטייגער, בכּיוון אויסגעטראַכט, אַז זיי זאָלן זײַן סײַ באַטעמט און סײַ „דיעטיש‟. אין דער מחברטעס אַרײַנפֿיר פּריידיקט לעוואַנדאָ דעם וועגעטאַראַניזם סײַ ווי אַ מיטל צו ווערן געזינטער און סײַ צוליב „צער בעלי־חיים‟. איר שיטה פֿון צוגרייטן עסן איז באמת געווען אַ גאַנץ מאָדערנע, ווי ס׳וואָלט געווען אָנגעשריבן אין די 1970ער אָדער 1980ער יאָרן, און ניט אין די 1930ער. נאָך דער הקדמה זעט מען, למשל, אַן עסיי וועגן דעם וועגעטאַריאַניזם ווי אַן אידעיִשע באַוועגונג און אַ וועג־ווײַזער, וואָס לערנט, וועלכע וויטאַמינען געפֿינען זיך אין פֿאַרשידענע פֿרוכטן און גרינסן.

ספּעציעל אינטערעסאַנט וועלן זײַן פֿאַר די לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ די אויסצוגן פֿונעם רעסטאָראַנס „באַזוכער־בוך‟, וואָס גיט איבער באַגריסונגען און לויב־ווערטער פֿון באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער און קינסטלער, אַזוי ווי איציק מאַנגער, יהושע פּערלע, אַלטער קאַציזנע, מאַרק שאַגאַל, זלמן מײַזנער, יודל מאַרק, נח פּרילוצקי, דער טונקעלער און יאָנאַס טורקאָוו.
די ענגלישע איבערזעצונג, ספּאָנסירט פֿונעם „ייִוואָ‟, האָט געמאַכט איוו יאָכנאָוויץ, וואָס איז גוט באַקאַנט פֿון אונדזער ווידעאָ־פּראָגראַם „עסט געזונטערהייט‟, און איז אַליין פֿאַני לעוואַנדאָס אַן אָנהענגערין סײַ פֿון ייִדישע מאכלים און סײַ פֿון דעם וועגעטאַרישן עסן. דאָס בוך, מיטן ענגלישן טיטל The Vilna Vegetarian Cookbook: Garden-Fresh Recipes Rediscovered and Adapted for Today‘s Kitchen (דאָס ווילנער־וועגעטאַריש קאָכבוך: ווידער־אַנטדעקטע רעצעפּטן, פֿריש פֿונעם גאָרטן, צוגעפּאַסט צו דער הײַנטיקער קיך) ווערט אַרויסגעגעבן דורכן ייִדישן פֿאַרלאַג Shocken, און אַנטהאַלט אַ נײַעם אַרײַנפֿיר פֿון דזשאָון נייטאַן, אַ באַקאַנטע עקספּערטין פֿון ייִדישע קולינאַרע ענינים. כאָטש דאָס בוך קומט ניט אָפֿיציעל אַרויס ביז מײַ, קען מען עס שוין באַשטעלן פֿון פֿריִער.

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/4874/print/)