(די 2 טע זײַט פֿון 3)
ס׳איז הײַנט, ליידער, אַ גאַנץ זעלטענע דערשײַנונג, מע זאָל אַרויסגעבן אַ נײַ בוך אויף ייִדיש, מחוץ דער חסידישער וועלט, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז דער מחבר זאָל זײַן אַ יונגער. די ייִדיש־ליטעראַרישע וועלט איז דאָך גאָר אַ קליינע און ס׳רובֿ אַקטיווע שרײַבער האָבן אָנגעהויבן שרײַבן מיט אַ סך יאָר צוריק.
איין וויכטיקער אויסנאַם איז עטעלע ניבאָרסקי־טרין, וואָס איז ניט בלויז אַ ייִדישע שרײַבערין פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט, נאָר אויך די ערשטע ייִדישע שרײַבערין, וואָס איז טאַקע געבוירן געוואָרן אינעם איצטיקן יאָרהונדערט, און וואָס איז מצליח אַרויסצוגעבן אַן אייגן בוך.
כאָטש זי איז בלויז 12 יאָר אַלט, איז עטעלע ניט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס. די טאָכטער פֿון די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן ד׳׳ר מרים טרין און ד׳׳ר אליעזר ניבאָרסקי, האָט זי אָנגעהויבן שרײַבן קורצע דערציילונגען אויף ייִדיש ווי אַ קליין קינד. מע האָט געדרוקט אירע מעשׂיות אין דעם פּאַריזער צײַטשריפֿט „טעם־טעם‟, ווי אויך אין דער „פֿאָרווערטס‟־אויסגאַבע פֿאַר סטודענטן „ווײַטער‟. אין 2013 האָט מען באַלוינט עטעלעס מעשׂה „דער גוטער דיבוק‟ מיט דער ערשטער פּרעמיע אין „יוגנטרופֿס‟ שרײַבער־קאָנקורס. זי באַציט זיך צו איר שאַפֿן סײַ ערנסט און סײַ קריטיש; אויף דער פֿאַראַיאָריקער „ייִדיש־וואָך‟, בעת אַ פֿאַרזאַמלונג לכּבֿוד דעם נײַעם נומער „יוגנטרוף‟ האָט עטעלע דערקלערט, אַז זי האַלט אַז „דער גוטער דיבוק‟ איז געווען אַ ביסל קינדעריש, און זי אַרבעט שוין אויף אַ „מער ערנסט‟ ווערק. הײַיאָר האָט עטעלע אָנגעשריבן אַ פּיעסע, וואָס די קינדער־גרופּע האָט פֿאָרגעשטעלט אויף דער „ייִדיש־וואָך‟ מיטן נאָמען „ווײַס־שנייעלע אין דער מאָדערנער צײַט‟. אַ סאַטירע וועגן די נעגאַטיווע ווירקונגען פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, איז די שפּיל שטאַרק געפֿעלן געוואָרן דעם עולם.
עטעלע באַנוצט זיך אָפֿט מיט פֿאַרשטעלטע־ און האַלב־פֿאַרשטעלטע פֿאָלקס־מאָטיוון אין אירע דערציילונגען. זי באָרגט אימאַזשן און העלדן סײַ פֿון דער ייִדישער קולטור און סײַ פֿון די משלים און פֿאָלק־מעשׂיות פֿון דער ברייטערער וועלט־ליטעראַטור. אין דער זעלביקער צײַט מישט זי אַרײַן רעפֿערענצן פֿון דער הײַנטיקער פּאָפּולערער קולטור, ווי אויך די הײַנטיקע טעכנאָלאָגיע, וואָס העלפֿט אַרויסצוהייבן איר קלוגן הומאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.