(די 2 טע זײַט פֿון 3)
אײַ, מע מוז דאָך חתונה האָבן על־ידי חופּה־וקידושין? אין פּרינציפּ, קאָן אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק וווינען צוזאַמען אָן קיין חופּה, כּל־זמן די פֿרוי שעמט זיך נישט צו גיין אין מיקווה. בלויז די ליבעראַלסטע שיכטן צווישן די הײַנטיקע אָרטאָדאָקסטן נעמען עס הײַנט אָן ווי אַ הלכה־למעשׂה, אָבער אַזאַ דעה איז גוט באַקאַנט. די פֿראַנצויזישע רבנים פֿאַרגלײַכן אַ ייִדישע פּלגש מיט אַ קריסטלעכער און פּקסענען, אַז די ייִדישע קהילות דאַרפֿן אָננעמען אַזעלכע פּאָרפֿעלקער, וואָס האָבן חתונה געהאַט בלויז על־פּי געזעץ.
מילא, גייט דאָ אַ רייד וועגן דער מאָדערנער תּקופֿה, נאָך דער פֿראַנצויזישער רעוואָלוציע. אינעם זעלבן דאָקומענט ווערט אָבער דערמאָנט, ווי אַ נייטראַלער פֿאַקט, אַז די געמישטע פּאָרפֿעלקער זענען נישט קיין חידוש אין דער ייִדישער געשיכטע. דאָס איז טאַקע אמת. אינעם 13טן יאָרהונדערט, האָט דער סמ״ג, רבי משה מקוצי, איינער פֿון די פֿראַנצויזישע בעלי־תּוספֿות, געפֿאָדערט בײַ די שפּאַנישע ייִדן פּטור צו ווערן פֿון זייערע קריסטלעכע אָדער מוסולמענישע ווײַבער. צווישן די ספֿרדישע עשירים זענען אַזעלכע זיווגים דעמאָלט געווען גענוג פֿאַרשפּרייט.
דער סמ״ג גיט צו, אַז מיט די פֿרעמדע פֿרויען מעג מען יאָ חתונה האָבן, נאָר בתּנאַי, אַז זיי זענען זיך מגייר. רבינו תּם, אַן אַנדער פֿראַנצויזישער גאָון, האָט מיט אַ יאָרהונדערט פֿריִער באַטראַכט אַ סתּירותדיקע געשיכטע מיט אַ ייִדישער פֿרוי, וועלכע איז געשלאָפֿן מיט אַ גוי, זיך געשמדט און געגט מיט איר ייִדישן מאַן. דער גוי האָט זיך שפּעטער מגייר געווען, די פֿרוי — תּשובֿה געטאָן. רבינו תּם האַלט, אַז זי מעג מיט אים חתונה האָבן.
נאָרמאַן גאָלב, רפֿאל פּאַטײַ און אַנדערע היסטאָריקער האָבן געזאַמלט אַ סך דאָקומענטן, לויט וועלכע אין די מיטל־עלטערלעכע צײַטן איז אַ חידושדיק גרויסע צאָל מענטשן געוואָרן ייִדן — מער ווי 15 טויזנט, לויט גאָלבס השערה — נישט געקוקט אויף דער טויט־סכּנה מצד דער קריסטלעכער מאַכט. צומאָל האָבן זיי דאָס געטאָן צוליב זייער שטאַרקער אמונה, און צומאָל — אין ראָמאַנטישע סיטואַציעס. כּדי אויסצומײַדן די סכּנה, האָבן אַ סך אייראָפּעיִשע גרים זיך געראַטעוועט אין מוסולמענישע לענדער. אין דער קאַיִרער גניזה זענען אָפּגעהיט געוואָרן צענדליקער דאָקומענטן וועגן די גרים, וואָס האָבן געוווינט מיט אַ טויזנט יאָר צוריק אין עגיפּטן. אַ טייל אַנדערע זענען געבליבן אין אייראָפּע.
רבי יהודה החסיד האָט אין דער בראשית־תּקופֿה פֿון דער אַשכּנזישער ייִדישקייט געגעבן אַ בפֿירושע עצה, דערמאָנט אינעם „ספֿר־חסידים‟, אַז ס׳איז בעסער חתונה צו האָבן מיט אַן איידעלער נישט־ייִדישער פֿרוי — דורך אַ גיור — ווי מיט אַ גרעבלעכער ייִדישער. אין יענע צײַטן האָט מען נישט אַסאָציִיִרט דאָס גיירות, בפֿרט וואָס שייך די פֿרויען, מיט אַ קאָמפּליצירטן און לאַנגן פּראָצעס. שפּעטער, האָט רבי מנחם מאירי געפּסקנט, אַז אַ מענטש קאָן, אין פּרינציפּ, זיך אַפֿילו אַליין מגייר זײַן, אָן קיין בית־דין.
אינעם יאָר 1000, האָט אַ דײַטשישער גלח מיטן נאָמען וועסעלין — זעט אויס, פֿון אַ סלאַווישן אָפּשטאַם — זיך מגייר געווען און אָנגעהויבן שרײַבן שאַרפֿע פּאַמפֿלעטן קעגן דער קריסטלעכער רעליגיע. אַ ריי דאָקומענטן דערציילן וועגן גרים אין דײַטשלאַנד און אַנדערע לענדער, וואָס זענען, נעבעך, אומגעקומען על־קידוש־השם בעת די דײַטשישע קרייץ־צוגן. אַפֿילו אינמיטן דער בלוטיקער רציחה, האָבן נישט ווייניק מענטשן זיך צוגעצויגן צו ייִדן. אינעם 13טן יאָרהונדערט, האָט אַן אַנדער גר, אַבֿרהם בן אַבֿרהם פֿון בײַערן, אָנגעהויבן אויך אַ גאַנצע גיירות־קאַמפּאַניע, וועלכע האָט אײַנגעשטעלט אַ סך ייִדן אין סכּנה, צוליב די קירך־רדיפֿות; אין 1264 האָט מען אים פֿאַרברענט לעבעדיקערהייט אויף אַ שײַטער אין אויגסבורג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.