אַ גרוס פֿון אַ פֿרעמד לאַנד — ישׂראל

Regards From A Foreign Country – Israel

די אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אינעם „קאמרי־טעאַטער‟ — דאַכט זיך די זעלבע לידער, אָבער טובֿיה איז אַ גויִשער טיפּ, דאָס שטעטל איז קיין ייִדיש שטעטל נישט, און די גאַנצע ייִדישקייט איז פֿאַרגוייִשט
Courtesy of www.cameri.co.il
די אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אינעם „קאמרי־טעאַטער‟ — דאַכט זיך די זעלבע לידער, אָבער טובֿיה איז אַ גויִשער טיפּ, דאָס שטעטל איז קיין ייִדיש שטעטל נישט, און די גאַנצע ייִדישקייט איז פֿאַרגוייִשט

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published November 21, 2014, issue of December 19, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

וואָס איז געווען די מעשׂה? די מעשׂה איז גאָרנישט פֿריילעך. דאַכט זיך די זעלבע לידער, דער זעלבער סוזשעט אָבער נישט קיין ייִדישער, מען האָט עס געמאַכט ייִדישקייט־ריין. טובֿיה איז אַ גויִשער טיפּ, דאָס שטעטל איז קיין ייִדיש שטעטל נישט און די גאַנצע ייִדישקייט איז פֿאַרגוייִשט.

איז וווּ האַלטן מיר? אין אַמעריקע, אַז ייִדן — סאַמאָראָדנע, הונדערט־פּראָצענטיקע אבֿרהם אַבֿינוס אייניקלעך, הערן „דזשויִש‟, אָדער ייִדיש, פֿאַרקרימט מען מיט דער נאָז און מ’גייט מיט אַ טיר ווײַטער. וווּ אַהין גייען זיי? דער עיקר וווּ עס האָט נישט קיין שייכות צו ייִדן. הײַנט פֿירן זיך אויף די ישׂראלים ווי זיי וואָלטן נישט געהאַט קיין שייכות מיט ייִדן, זיי האָבן זיך אָנגעשטעקט מיט דער אַמעריקאַנער־ייִדישער קרענק. דאָ וויל מען נישט „דזשויִש‟; דאָרט וויל מען נישט האָבן קיין שייכות מיט ייִדישקייט. זייער צוגאַנג איז:

„ס’שמערדזשעט‟ (ס’שטינקט) מיט גלות, מיט ייִדיש, מיט שטעטל, מיט פֿאַרהויקערטע פּלייצעס פֿון ייִדן מיט בערד און פּאות, מיט פֿרומקייט, מיט חסידים…

כאָטש שלום־עיכמס „טובֿיה דער מילכיקער” איז כּולו ייִד, כּולו עם־ישׂראל. ער שמועסט זיך אַדורך מיטן פֿערדל אויף ייִדיש, פּרעפּלט פּסוקים פֿון הייליקע ספֿרים, וועלכע ער ניצעוועט איבער לויט זײַן פֿאַרשטאַנד און דער רבונו־של־עולם ווייסט שוין מיט וועמען ער האָט דאָ צו טאָן, ער איז נישט איבערקלײַבעריש, אַבי מ’שמועסט זיך אַדורך אויף אַ ייִדיש לשון, וואָס ער פֿאַרשטייט.

גאָר אינטערעסאַנט צו באַמערקן, די אַראַבער רופֿן אונדז „עקסטרעמע ייִדן‟, און נישט „עקסטרעמע ישׂראלים‟, אָבער די ייִדן אין ישׂראל אידענטיפֿיצירן זיך ווי פּאָלנע „ישׂראלים‟, זיי רופֿן זיך נישט ייִדן בעת זייער שמועס מיט דער וועלט, נאָר זיי פֿאַרקויפֿן דער וועלט אַ נײַ אַרטיקל אויפֿן ייִדישן באַזאַר.

זיי רופֿן זיך „ישׂראלים‟, ווי ישׂראלים וואָלטן געווען אַ נײַ פֿאָלק וואָס איז נישט דיר נישט מיר איבערגעפֿלאַנצט געוואָרן פֿון משה זוך מיך און יוקל גיי מיך, ערגעץ פֿון מעבר הסמבטיון, וווּ עס וווינען די רויטע ייִדעלעך…

איז וווּ האַלטן מיר? מיר האַלטן, הייסט עס, בײַ אַ היגן אוניווערסיטעט, וווּ איך געפֿין זיך און דערלאַנג לעקציעס אויף לשון ענגליש.

דאָ פֿאַרבעט מען לעקטאָרן וואָס זאָלן דערלאַנגען סחורה אויף פֿאַרשיידענע געביטן, טעכנאָלאָגיע, טעאָלאָגיע וואָס האָבן אַ שייכות מיט אַ שלל רעליגיעס, פֿילאָסאָפֿיע און פּסיכאָלאָגיע — און צווישן זיי מיך אויך.

איך באַדאַרף דעם עולם וואָס באַשטייט פֿון מיטל־עלטערע ייִדן און ייִדענעס און אַמאָל מיט אַ סמיטשיק אַריבער, דערלאַנגען אַזאַ טעמע ווי ייִדיש־טעאַטער, אויף ענגליש פֿאַרשטייט זיך.