(די 2 טע זײַט פֿון 3)
מחוץ די „נגידים־רעזערוואַטן‟ זענען דאָ גאַנץ אַנדערע פֿאַרצוימטע קהילות. ניט ווײַט פֿון דער „פֿאַרצוימטער געמיינדע‟, וווּ איך בין אײַנגעשטאַנען בײַ מײַן קוזין אין דער היים זענען דאָ צענדליקער „טריילער־פּאַרקן‟, וווּ אָרעמע־לײַט וווינען אין גרויסע אויטאָס, וואָס פֿאַרמאָגן אַ בעט, אַ קיך און אַ וואַש־צימער. הינטער די עכטע „טריילערס‟ זענען רייען פֿון קלייניקע הײַזלעך, וואָס מע דינגט לויט דער וואָך און וועלכע פֿאַרמאָגן ניט קיין וואַסער־לייטונג. די אײַנוווינער פֿון די דאָזיקע „טריילערס‟ (כאָטש קיין טריילערס זענען זיי באמת ניט ווײַל זיי קענען אין ערגעץ ניט פֿאָרן) באַנוצן זיך מיט געמיידזאַמע וואַש־צימערן און טושן. די דאָזיקע קהילות, וואָס געפֿינען זיך גלײַך אין מיטן פֿון די פֿאַרשידענע „פֿאַרצוימטע געמיינדעס‟ פֿאַר די רײַכע, פֿאַרמאָגן הונדערטער און צומאָל טויזנטער אַזעלכע „וווין־אויטאָס‟. בײַ נאַכט זענען די קליינע אומברוקירטע סטעזשקעס און געסלעך צווישן זיי אין גאַנצן טונקל, ווי אין עפּעס אַ הייל, סײַדן די אַמאָליקע בלישטענדיקע בלויע ליכט פֿון אַ טעלעוויזאָר. ס׳איז מיר שווער זיך פֿאָרצושטעלן ווי שרעקעדיק עס מוז זײַן פֿאַר אַ יונג קינד, בפֿרט אַ מיידל, צו גיין בײַ־נאַכט אויף די טונקעלע שליאַכן, כּדי צו דערגרייכן די וואַש־צימערן. קיין באַוואָפֿנטע וועכטער זענען דאָרטן זיכער ניט פֿאַראַן.
פֿון די „נגידים־רעזערוואַטן‟ ביז די „קבצנים־רעזערוואַטן‟ איז גאַנץ אָפֿט בלויז אַ פֿערטל מײַל אָבער עס וואָלט געקענט זײַן אַן אַנדער וועלט. די צוויי באַפֿעלקערונגען מישן זיך צונויף, דאַכט זיך, בלויז ווען אַ תּושבֿ פֿון הינטער די רײַכע טויערן גייט אײַנקויפֿן אין אַ רעסטאָראַן אָדער געשעפֿט, וווּ עס אַרבעט אַ תּושבֿ פֿונעם „טריילער־פּאַרק‟.
ניט ווײַט פֿון די צוויי מענטשלעכע רעזערוואַטן מיט זייער עקאָנאָמישן „אַפּאַרטײַד‟ ליגט דער ברעג־ים. די ריזיקע פּלאַזשעס, מיט וועלכע פֿלאָרידע באַרימט זיך, ווערן אין אַ סך ערטער צוביסלעך חרובֿ געמאַכט צוליב דעם, וואָס מע בויט אַלץ מער דירות־הײַזער וואָס נעענטער צום וואַסער. אין די ריזיקע „קאָנדאָ‟־בנינים, וואָס פֿאַרמאָגן אָפֿט 40 און אַפֿילו 50 שטאָק, וווינען, געוויינטלעך צײַטווײַליק, מענטשן, וואָס וווינען ס׳מערסטע פֿון דער צײַט אין אַנדערע ערטער. די בנינים אַליין בלאָקירן ניט בלויז דעם טײַערן בליק אויפֿן ים פֿון די פֿריִער־געבויטע דירות־הײַזער, נאָר אויך די זון אויף דער פּלאַזשע גופֿא. צוליב די הויכע בנינים קומט עס צומאָל אויס שווער צו געפֿינען אַן אָרט, וווּ עס זאָל בלײַבן אַ שטיקל זון, וווּ מע קען זיך אָנוואַראַמען. און פֿאַרשטייט זיך, וואָס מער מע בויט די ריזיקע בנינים, אַלץ ווייניקער שטח פֿון זאַמד בלײַבט אויף דער פּלאַזשע. בקיצור: צוליבן געיעג צו קומען אַלץ נעענטער צום אָקעאַן, מאַכט מען צו ניט דווקא דאָס, וואָס האָט די אַלע מענטשן לכתּחילה דאָרטן אַהינגעצויגן. דער דאָזיקער אַבסורדער סצענאַר, מיין איך, שפּיגלט גוט אָפּ דעם מצבֿ אינעם הײַנטיקן פֿלאָרידע: דער גאַנצער ראַיאָן זעט מיר אויס ווי אַ פֿאַרלוירענער גן־עדן, פֿון וועלכן עס בלײַבן נאָך אַלץ גענוג שפּורן, אַז מע קען זען, אַז ער איז אַמאָל געווען שיין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.