נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווי עס גייט דער אָפֿיציעלער היסטאָרישער נאַראַטיוו, האָבן די לעבן־געבליבענע ייִדן זיך באַפֿרײַט פֿון די נאַציס דורך די אַליִיִרטע כּוחות (און דורך דער סאָוועטישער אַרמיי — פֿון מיזרח; אָבער דעם פּרט דערמאָנט מען ווייניקער אין אַמעריקע). די טויערן פֿון די לאַגערן זענען, סוף-כּל-סוף, אויפֿגעעפֿנט געוואָרן. די אויסגעדייווערטע קאַצעטלער קומען מיט התלהבֿות מקבל-פּנים זײַן די באַפֿרײַענדיקע כּוחות, וואָס גיבן זיי וואַרעמע מאָלצײַטן, באַקוועמע בעטן, שפּריצן און דאָקטוירים לרובֿ. אָט דער נאַראַטיוו איז, אַפּנים, ווײַט פֿונעם אמת. אַ נײַ בוך מיטן טיטל „די נאַציס אין שכנות: ווי אַמעריקע איז געוואָרן אַ מקום-מיקלט פֿאַר היטלערס מענטשן‟ (The Nazis Next Door: How America Became a Safe Haven for Hitler’s Men) צעברעכט דעם מיטאָס אויף שאַרבנס.
עריק ליכטבלאַו, דער מחבר פֿון אָט דעם אינטערעסאַנטן בוך און אַ זשורנאַליסט פֿאַרן „ניו-יאָרק טײַמס‟, באַשרײַבט ווי די ייִדן, קאָמוניסטן, האָמאָסעקסואַליסטן, ציגײַנער און אַנדערע גערודפֿטע גרופּעס, זענען למעשׂה געבליבן חדשים (און אַ מאָל אַפֿילו יאָרן) לאַנג נאָך דער מלחמה אין געפֿאַנגענשאַפֿט, הינטער די זעלביקע מויערן, וואָס היטלער האָט אויפֿגעבויט. די באַדינגונגען זענען געבליבן כּמעט די זעלבע, וואָס אין דער צײַט פֿון דער מלחמה. נישט צו גלייבן, אָבער די געראַטעוועטע האָבן אין אַ סך „די־פּי‟-לאַגערן ווײַטער געלעבט ווי אַרערסטירטע, דערצו נאָך זײַט בײַ זײַט מיט זייערע פֿריִערדיקע פּײַניקער.
אין דאַכאַו, למשל, האָבן די אַליִיִרטע באַשעפֿטיקט טויזנטער נאַצי־דאָקטוירים און קראַנקן-שוועסטער צו אַרבעטן פֿאַר זיי, נישט געקוקט אויף זייערע „אייגנאַרטיקע‟ היילונגס־שיטות. אין די ספּעציעלע לאַגערן פֿאַר די דײַטשישע אַרעסטירטע, האָבן די נאַצי-אָפֿיצירן באַקומען אַ סך בעסערע באַדינגונגען ווי די ייִדן, די קרבנות פֿון די נאַציס.
פּרעזידענט טרומאַן האָט געשיקט אַ שליח, ערל האַריסאָן, דער דעקאַן פֿון דער יוריספּרודענץ-שול בײַם „פּען-אוניווערסיטעט‟, בודק צו זײַן דעם מצבֿ פֿון די „די־פּי‟־לאַגערן, בפֿרט פֿון די ייִדישע פּליטים. האַריסאָן איז צוריקגעקומען מיט אַ שאַרפֿן באַריכט, אָנשרײַבנדיק בזה-הלשון: „ווי דער מצבֿ זעט איצט אויס, באַציִען מיר זיך, אַפּנים, צו די ייִדן פּונקט ווי די נאַציס פֿלעגן זיך צו זיי באַציִען, מיט איין אויסנאַם — מיר ברענגען זיי נישט אום.‟ די הויכראַנגיקע אַמעריקאַנער אָפֿיצירן און פּאָליטיקער איז נישט געפֿעלן געוואָרן האַריסאָנס באַריכט. זיי זענען אַליין געווען אַנטיסעמיטן. דער גענעראַל פּאַטאָן, דער הויפּט-קאָמאַנדיר פֿון די אַמעריקאַנער כּוחות, רעאַגירנדיק אויפֿן באַריכט, האָט פֿאַרשריבן אין זײַן טאָגבוך: „אַזעלכע ווי האַריסאָן גלייבן, אַז דער „די-פּי‟ איז אַ מענטש, וואָס איז נישט אַזוי, און דאָס איז חל בפֿרט פֿאַר די ייִדן, וואָס זענען נידעריקער פֿון חיות.‟ וועגן אַ באַזוך מיטן גענעראַל אײַזענהאַוער בײַ אַ שיל אין אַ לאַגער אום יום-כּיפּור, שרײַבט ער: „די שיל איז געווען געפּאַקט מיט דער גרעסטער פֿאַרשטונקענער מאַסע פֿון דער מענטשהייט, וואָס איך האָב אַמאָל געזען אין מײַן לעבן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.