(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פּאַטאָן איז דווקא נישט געווען קיין אויסנאַם. טרומאָן האָט זיך אויף אַ פּריוואַטן אופֿן אויך נישט איין מאָל זיך אויסגעדריקט קעגן ייִדן. די טירן פֿון אַמעריקע זענען פֿאַר די ייִדן פֿאַקטיש געבליבן פֿאַרשלאָסן צוליב דער אַנטיסעמיטישער אַמעריקאַנער פּאָליטיק. ליכטבלאַו ציטירט דאָס ייִדיש-לידל, וואָס די ייִדן אין די לאַגערן פֿלעגן אין יענער צײַט זינגען מיט ייִאוש:
וווּאַהין זאָל איך גײן,
ווער קען ענטפֿערן מיר?
וווּאַהין זאָל איך גײן,
אַז ס׳איז פֿאַרשלאָסן יעדע טיר…
די שאָקירנדיקע פּרטים וועגן דעם פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטיזם צווישן די באַפֿרײַער אַליין, שטייען אָבער נישט אין צענטער פֿונעם בוך. ווען מע קוקט אָן די אַנדערע זײַט פֿון דער מטבע, פֿאַרשטייט מען בעסער די אַמעריקאַנער פּאָליטיק. דער אַנטיסעמיטיזם גופֿא דערקלערט נישט, פֿאַר וואָס האָבן נאָר געציילטע ייִדן באַקומען די אַמעריקאַנער וויזעס ווי פּליטים, מחמת אין דער זעלבער צײַט פֿלעג מען די וויזעס אַרויסגעבן די באַקאַנטע נאַציס? אַ טייל פֿון זיי האָבן געפֿעלשט די דאָקומענטן, און זיך געמאַכט פֿאַר קרבנות פֿון דער מלחמה. אַ טייל, ווי למשל, אָטאָ פֿאָן באָלשווינג (אַ באַקאַנטער נאַצי, וואָס די „סי־אײַ־איי‟ האָט אים געהאָלפֿן אָנהייבן אַ נײַ לעבן אין ניו-דזשערזי), דימיטרי סאַווטשוק און טאָם סובאָזשקאָוו האָבן באַקומען הילף פֿון די אַמעריקאַנער אינסטאַנצן, בפֿרט דער „סי־אײַ־איי‟.
אַ טייל פֿון די אַמעריקאַנער עליטישע קרײַזן האָבן זייער געהאַלטן פֿון די נאַצישע טעכנאָלאָגישע „פֿעיִקייטן‟ (אַן ערך 1,600 נאַצי־וויסנשאַפֿטלער האָבן געפֿונען זייער היים אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן נאָך דער מלחמה). דאָך, צום אַלעם ערשטן, האָבן זיי געוואָלט אויסניצן די נאַציס פֿאַר זייער פֿײַנטשאַפֿט קעגן די סאָוועטן. מיטצואַרבעטן מיט די נאַציס איז געווען כּשר, בײַם אַרויסהעלפֿן די אַמעריקאַנער צו באַקעמפֿן „די קאָמוניסטישע דראָונג‟; אַן ערך 1,000 נאַציס האָבן געאַרבעט נאָך דער מלחמה ווי שפּיאָנען פֿאַר די אַמעריקאַנער„סי־אײַ־איי‟.
עריק ליכטבלאַוס בוך עפֿנט אויף אַ טירל צו די סודות פֿון די אַזוי־גערופֿענע „אַמעריקאַנער אינטערעסן‟, וואָס נישט זעלטן קומען זיי ביז הײַנט אין טיפֿע סתּירות מיט די מאָראַלישע פּרינציפּן, וואָס אַמעריקע פֿאָדערט פֿון אַנדערע לענדער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.