גרויס איז לעצטנס געווען די שׂימחה אויפֿן קאַמפּוס פֿון מערילענד-אוניווערסיטעט! וואָס איז? דער ישׂראל-אַמבאַסאַדאָר, ראָן דערמער, איז געקומען האַלטן דאָרט אַ לעקציע. צי וואָלט דער עולם ריכטיק פֿאַרשטאַנען די הײַנטיקע וועלט, אָן דערמערס פֿאַרכאַפּענדיקער לעקציע?
אָבער ערשטנס, דאַרף מען דערקלערן, ווער איז ראָן דערמער? פֿון וואַנען איז ער געקומען? צי איז ער איינער פֿון די פּראָגרעסיווע פּאָליטיקער, וואָס די פּראָבלעמען פֿון די „קליינע מענטשן‟ אַרן אים? און ווי אַזוי איז ער בכלל געקומען צו דער דאָזיקער חשובֿער ראָלע?
געבוירן אין מיאַמי-ביטש, פֿלאָרידע, אין 1971, אין אַ פּאָליטישער משפּחה — סײַ זײַן טאַטע, סײַ זײַן פֿעטער האָבן געדינט ווי דער שטאָט-מעיאָר פֿון מיאַמי-ביטש — פֿלעגט ער אין זײַנע יונגע יאָרן שפּילן אין אַמעריקאַנער פֿוטבאָל אונטער דער הייסער פֿלאָרידער זון. אָט דעם היציקן טעמפּעראַמענט האָט ער מיט זיך געבראַכט, ווען ער האָט עולה געווען קיין ישׂראל אין די 1990ער יאָרן. נישט געקוקט אויף דער אַמאָליקער משפּחה־פֿאַרבינדונג מיט די דעמאָקראַטן, ווערט דערמער פֿאַררעכנט ווי אַ נעאָ-קאָנסערוואַטאָר: ער פֿלעגט אַרבעטן מיט ניוט גינגרידזש, און די משפּחה האַלט אָן נאָענטע באַציִונגען מיט דער באַקאַנטער בוש-פֿאַמיליע אין פֿלאָרידע. די דאָזיקע פֿאַקטן, פּלוס דער פֿאַקט, אַז גראָד נתניהו האָט אים באַשטימט אויף דער שטעלע, האָבן פֿון אים געמאַכט אַ „פּערסאָנאַ נאָן גראַטאַ‟ אינעם „ווײַסן הויז‟.
צווישן די באַליבסטע ביכער פֿונעם געוועזענעם פּרעזידענט דזשאָרדזש דאַבליו בוש, געפֿינט זיך דאָס בוך „לטובֿת דער דעמאָקראַטיע‟ (The Case for Democracy, 2004), וואָס נתן שטשעראַנסקי האָט אָנגעשריבן צוזאַמען מיט דערמערן. דאָרטן דערקלערן זיי ווי וויכטיק איז פֿאַר דער וועלט, אַז אַמעריקע זאָל זיך קעגנשטעלן יעדער „נישט-דעמאָקראַטישער‟ מדינה, און דערמיט צו ווײַזן, ווי שיין און טאָלעראַנט איז די דעמאָקראַטישע שיטה. דעריבער איז שווער געווען צו גלייבן, אַז דערמער, וואָס לויבט אָן אַ שיעור די דעמאָקראַטישע שיטה אין זײַן בוך, זאָל אויף זײַן לעקציע אינעם אוניווערסיטעט פֿאַקטיש רופֿן די מענטשן נישט צו גיין שטימען אין די וואַלן. לשיטתו, איז אַ נידעריקער פּראָצענט ווײלער בעצם אַ גוטער סימן פֿון אַ „געזונטער געזעלשאַפֿט‟, וואָס „מאַכט נישט קיין גרויסן צימעס פֿון פּאָליטיק אין אַלגעמיין‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.