עס קען זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז גאָר אַ נײַע מדינה, אין וועלכער סײַ דאָס פֿאָלק, סײַ די פּאָליציאָנטן האָבן זיך פּלוצעם געכאַפּט, אַז ס’איז, סוף־כּל־סוף, געקומען די צײַט זיך פּרוּוון אויסצולערנען, ווי אַזוי צו האָבן צו טאָן איינער מיטן אַנדערן.
אַזוי קלינגט עס, יעדנפֿאַלס — גלײַך ווי די אַנומלטיקע געשעענישן אין פֿערגוסאָן און ניו־יאָרק האָבן געעפֿנט די אויגן — אויף עפּעס, וואָס מע האָט כּלומרשט געהאַט ניט געוווּסט. און מע האָט ניט פֿון דעם „עפּעס‟ קיין רפֿואה, אויף וועלכער מע זאָל קענען זיך פֿאַרלאָזן.
און נאָך איין זאַך: אין אַ יאָר אַרום וועט מען שוין קענען אָפּמערקן 150 יאָר זינט דעם טאָג, ווען שקלאַפֿערײַ איז געוואָרן אומלעגאַל אין אַמעריקע. דאָס הייסט, אַז זינט יענער צײַט זײַנען אַדורך אַזש פֿינף דורות. מע האָט דערלעבט, אַז דער פּרעזידענט איז נאָר אָ האַלב־ווײַסער. אָבער עס זעט אויס גלײַכצײַטיק, אַז מע איז נאָך אַלץ זייער ממשותדיק צעטיילט אויף ווײַסע און שוואַרצע — און אויך אויף אַנדערע שאַטירונגען. הויט־קאָלירן און ־שאַטירונגען ווערן דערמאָנט אין כּלערליי אַפּליקאַציע־פּאַפּירן. און בכלל וועגן דעם הערט מען ניט אויף צו רעדן, מאַכנדיק דערמיט בולטער און שאַרפֿער די אונטערשיידן צווישן פֿאַרשיידענע סעגמענטן אין דער באַפֿערקערונג.
און דערצו נאָך איין זאַך: בײַם אויסכאַפּעניש פֿון דעם „שוואַרצן פֿרײַטיק‟ האָט מען אָנגעקויפֿט צענדליקער טויזנטער פּיסטוילן און ביקסן. מע באַוואָפֿט זיך, גלײַך ווי מע האָט ביז דעם „שוואַרצן פֿרײַטיק‟ קיין געווער ניט געהאַט און ס’איז געקומען די צײַט זיך צוגרייטן צו אַ בירגערקריג. די אַלץ־וויסנדיקע „וויקיפּעדיע‟ טענהט, אַז 90 פּראָצענט אַמעריקאַנער האָבן געווער. דאָס איז צען מאָל מער ווי אין רוסלאַנד און הונדערט מאָל מער ווי אין קירגיזסטאַן. און מע זעט ניט, עס זאָל דער דאָזיקער אַרסענאַל ברענגען רויִקייט. פֿאַרקערט, מע הערט אַלע מאָל וועגן אַ נײַעם אינצידענט, וואָס האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט שיסן און דערשיסן. למשל, אין אַמעריקע באַדראָט די מעגלעכקייט צו זײַן דערשאָסן אויף טויט אַ 40 מאָל העכער איידער אין ענגלאַנד, און הונדערט מאָל העכער ווי אין ווײַסרוסלאַנד צי זימבאַבווע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.