די װעלכע הערן זיך רעגלמעסיק צו צו אונדזער נײַעס פֿון אױסטראַליע װײסן שױן, אַז די קאַנדידאַטן פֿון די צװײ גרעסערע פּאָליטישע פּאַרטײען אין אױסטראַליע, לײבאָר און די ליבעראַלן, אין דער װאַל־געגנט מיט דער גרעסטער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די שטאַטישע װאַלן, װעלכע זײַנען ערשט פֿאָרגעקומען אין דער שטאַט װיקטאָריע, זײַנען געװען ייִדן. מסתּמא װילט איר הערן די רעזולטאַטן פֿון די װאַלן.
דײװיד סאַוטװיק (ליבעראַל) איז געװען דער זיצנדיקער פֿאָרשטײער פֿון דער געגנט קאָלפֿילד אינעם שטאַטישן פּאַרלאַמענט. מע האָט דערװאַרט, אַז ער װעט געװינען די װאַלן פֿאַר זײַן פּאַרטײ און אַזױ איז טאַקע געשען. די לײבאָר פּאַרטײ האָט אָבער געװוּנען די שטאַטישע װאַלן בכלל מיט דער אונטערשטיצונג פֿון כּמעט 2% מער װײלערס װי בײַ די פֿאָריקע װאַלן, װעלכע זײַנען פֿאָרגעקומען מיט דרײַ יאָר צוריק. אין קאָלפֿילד, אָבער, האָט דער לײבאָר קאַנדידאַט דזשאַש בורנס דערװאָרבן 7% מער שטימען װי דער אָרטיקער לײבאָר־קאַנדידאַט האָט באַקומען מיט דרײַ יאָר צוריק. בורנס איז געװען אַזױ צופֿרידן מיט די רעזולטאַטן פֿון די װאַלן אַז ער איז געװאָרן — מיט דער צושטימונג פֿון זײַן חבֿרטע — אַ חתן, גלײַך נאָך דעם װי די װאַל־ערטער האָבן זיך פֿאַרמאַכט.
דער נײַער פּרעזידענט פֿונעם ייִדישן קהילה־ראַט פֿון װיקטאָריע האָט באַדאַנקט דעם געװעזענעם ליבעראַלן פּרעמיער פֿון װיקאָריע און האָט אױסגעדריקט די האָפֿענונג, אַז די ייִדישע קהילה װעט מיטאַרבעטן פּונקט אַזױ גוט מיטן נײַעם לײבאָר פּרעמיער פֿון דער שטאַט. די לײבאָר פּאַרטײ האָט צוגעזאָגט נײַע פֿינאַנציעלע אונטערשטיצונג פֿאַר די ייִדישע טאָגשולן און פֿאַר אַ טײל ייִדישע אינסטיטוציעס אין װיקטאָריע.
דער כינעזישער פּראָפֿעסאָר שו שין פֿונעם אוניװערסיטעט אין נאַנזשינג, כינע, איז געקומען קײן מעלבורן און סידנעי, װוּ ער װעט רעדן אױף דער טעמע ,,פֿאַר װאָס כינעזער פֿאַראינטערעסירן זיך אין ייִדן”. פּראָפֿעסאָר שו שינג האָט זיך צו ערשט באַקענט מיט ייִדן אין 1986, בעת ער האָט געװױנט אַ גאַנצן זמן בײַ אַ ייִדישן אַקאַדעמיקער און זײַן משפּחה אין שיקאַגאָ. ער האָט געגרינדעט קאַטעדרעס פֿון ייִדישע שטודיעס אין 13 כינעזישע אוניװערסיטעטן. אַלע זײַנע גראַדויִר־סטודענטן פֿאַרברענגען צײַט אין מדינת־ישׂראל. פּראָפֿעסאָר שו זאָגט, אַז כינעזער פֿאַראינטערעסירן זיך אין ייִדן און ייִדישע טראַדיציעס װײַל ייִדן האָבן דרך־ארץ פֿאַרן לעבן און פֿאַר אַנדערע מענטשן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.