אין 1964 יאָר האָט גרשום שלום, דער באַרימטער ישׂראלדיקער פֿאָרשער פֿון קבלה, פֿאַרעפֿנטלעכט אַן עסײ באַטיטלט „קעגן דעם מיטאָס פֿון דעם דײַטשיש־ייִדישן דיאַלאָג‟. ער האָט געטענהט, אַז דער שמועס צװישן דײַטשן אין ייִדן איז געגאַנגען בלױז אין אײן ריכטונג. ייִדן האָבן איבערגענומען די דײַטשישע קולטור און װעלטבאַנעמונג, און דאָס האָט גורם געװען די ירידה פֿון דער ייִדישער קאָלעקטיװער אידענטיטעט, בעת די דײַטשן האָבן די ייִדישע שטימען לגמרי ניט געװאָלט הערן.
אַ תּשובֿה אױף דעם דאָזיקן פּעסימיסטישן טעזיס האָט מיט יאָרן שפּעטער געגעבן דער פּראָמינענטער דײַטשישער דענקער יורגען האַבערמאַס. אין זײַן שטיקל זכרונות, װאָס איז אַרײַן אין זײַן לעצטער זאַמלונג פֿון אַרטיקלען (2013), מאַכט האַבערמאַס אַ פּרוּװ אָפּצושאַצן דעם בײַטראָג פֿון ייִדישע אינטעלעקטואַלן אין דעם אױפֿבױען פֿון אַ נײַער דעמאָקראַטישער קולטור אין מערבֿ־דײַטשלאַנד נאָך דער מלחמה. ער רעדט ניט װי אַ היסטאָריקער נאָר װי אַן עדות, װאָס האָט באַקומען זײַן בילדונג אין די 1960ער יאָרן. ער שרײַבט, אַז „נאָך זײער אומקער קײן דײַטשלאַנד, פֿון װאַנען זײ זײַנען אַרױסגעטריבן געװאָרן, זײַנען די ייִדישע עמיגראַנטן געװאָרן צווישן די וויכטיקסטע לערער פֿאַרן יונגן דור‟.
אָבער דער אָפּרוף צו די אומגעקערטע ייִדישע עמיגראַנטן דורך זײערע דײַטשישע קאָלעגעס איז װײַט ניט געװען קײן פֿרײַנדלעכע. אין אַ סך אוניװערסיטעטן האָט נאָך אַלץ געהערשט די אַטמאָספֿער פֿון דער נאַצי־תּקופֿה, און קײן געהעריקע „רײניקונג‟ האָט די נײַע רעגירונג ניט דורכגעפֿירט. די אָפֿיציעלע פּאָליטיק איז געװען צו בױען אַ נײַ לאַנד און פֿאַרגעסן אָן דעם עבֿר. אָבער דער יונגער דור סטודענטן, װאָס האָט געװאָלט גובֿר זײַן דעם „ציװיליזאַציע־בראָך‟ פֿון היטלערס תּקופֿה, האָט זיך גיריק צוגעהערט דװקא צו די, װאָס האָבן פֿאַרקערפּערט אַן אַלטערנאַטיװע צו היטלערס רעזשים.
די אומגעקערטע ייִדישע עמיגראַנטן האָבן מיטגעבראַכט אַן אַנדערן מין װעלטבאַנעם, װאָס איז געװען געשטימט הומאַניסטיש און קריטיש לגבי װאָסער ניט איז אױטאָריטאַריזם. און די, װאָס האָבן באַשלאָסן צו פֿאַרבלײַבן אין דער נײַער הײם, דער עיקר — אין אַמעריקע און ענגלאַנד, האָבן זיך „אומגעקערט‟ קײן דײַטשלאַנד דורך זײערע ביכער און אידײען. אין אַ געװיסן זינען, שרײַבט האַבערמאַס, איז זײער אײַנפֿלוס צומאָל געװען אַפֿילו שטאַרקער. אָבער באַזונדערס שטאַרק איז געװען די השפּעה פֿון די אומגעקומענע דענקער, אַזעלכע װי װאַלטער בנימין. זײַן טראַגישער זעלבסטמאָרד אױף דער גרענעץ צװישן פֿראַנקרײַך און שפּאַניע, „האַרט בײַ דעם טױער פֿון פֿרײַהײט‟, האָט מען שוין נישט געקענט אָפּטיילן פֿון זײַן פֿילאָסאָפֿישן און היסטאָרישן געדאַנקענגאַנג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.