דער „מענדעלע מוכר ספֿרים-פּרײַז פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור און קולטור‟ פֿאַר דעם יאָר 2014 איז די וואָך צוגעטיילט געװאָרן דורך דעם תּל-אָבֿיבֿער שטאָטראַט דעם יונגן שרײַבער, איבערזעצער, עסעיִסט און פּובליציסט — בני [בעני] מער. די פֿײַערלעכע פֿאַרטײלונג פֿון דער פּרעסטיזשפֿולער פּרעמיע צוזאַמען מיט די ביאַליק- און טשערניכאָװסקי־פּרעמיעס פֿאַר העברעיִשער ליטעראַטור-פֿאָרשונג און איבערזעצונג, איז פֿאָרגעקומען זונטיק דעם 7טן דעצעמבער 2014 אין טעאַטער-זאַל „עינבֿ‟, דעם רעפּרעזענטאַטיװן זאַל פֿון דעם שטאָט-ראַט פֿון תּל-אָבֿיבֿ — יפֿו.
בני מער איז דער רעדאַקטאָר פֿון „ספֿרים‟, די ליטעראַרישע פֿרײַטיק-בײַלאַגע פֿון דער העברעיִשער טאָג-צײַטונג „האָרץ‟, און אויך רעדאַקטאָר פון דער צײַטשריפט „דווקא‟, דעם קולטור-געזעלשאַפֿטלעכן אָרגאַן פֿון דעם „שלום-עליכם הויז פֿאַר ייִדישער קולטור‟ אין תּל-אָבֿיבֿ.
דער פּרעמירטער רעדאַקטאָר בני מער (בנימין מאירסדאָרף), װעלכער װערט אין דער ייִדיש-װעלטלעכער קולטור-סבֿיבֿה באַצײכנט װי „דער יונגער אַמבאַסאַדאָר פֿון ייִדיש אין מדינת־ישׂראל‟, איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1971 אין תּל-אָבֿיבֿ, האָט — נאָכן פֿאַרענדיקן די ישיבֿה-מיטלשול אין בני-ברק — שטודירט וועלטלעכע לימודים אין „אָפֿענעם אוניווערסיטעט‟ אין תּל-אָבֿיבֿ און דערגאַנצט דעם ייִדיש-לימוד אין העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.
זײַן ליטעראַרישן וועג האָט ער אָנגעהויבן ווי אַ קונסט- און ליטעראַטור-קריטיקער, דערנאָך װי אַן איבערזעצער פֿון ייִדישער און און פֿראַנצויזישער ליטעראַטור. אַנטפּלעקנדיק די רײַכקייט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור-געשיכטע, איז ער מיט עטלעכע יאָר צוריק געוואָרן דער גרינדער און רעדאַקטאָר פון „דװקא‟, דעם העברעיִשן אָרגאַן פֿון „בית שלום-עליכם‟, געווידמעט דער ייִדישוועלט און איר קולטור, און אַרבעטנדיק גלײַכצײַטיק ווי אַ געהילפֿס-רעדאַקטאָר אין דעם ליטעראַרישן אָפּטייל פֿון העברעיִשן „האָרץ‟, איז ער לעצטנס נאָמינירט געוואָרן ווי דער שעף-רעדאַקטאָר פֿון דער פֿרײַטיקדיקער ביכער-בײַלאַגע „ספרים‟ פֿון דער העברעיִשער טאָג-צײַטונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.