ניו־סקווער: מײַן פּערזענלעכע נסיעה

My Spiritual Voyage Through New Square

CLAUDIO PAPAPIETRO

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published December 14, 2014, issue of January 02, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

ליובאַוויטש בלײַבט דאָס פּאָפּולערסטע חסידות צווישן די רוסישע בעל־תּשובֿות. אויפֿן צווייטן אָרט שטייט, מסתּמא, בראַצלעוו. אַ ריי אַנדערע גרופּעס האָבן אָבער צוגעצויגן אַ מערקווירדיקע צאָל רוסיש־רעדער. ווי באַלד דאָס אָריגינעלע שטעטל סקווירע, באַקאַנט אויף ייִדיש ווי סקווער, געפֿינט זיך אין אוקראַיִנע, האָבן נישט ווייניק ייִדישע משפּחות אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אַ היסטאָריש שײַכות צו די טשערנאָבילער חסידים. ממילא, האָבן די סקווערער אַרויסגערופֿן בײַ זיי אַ לעבעדיקן אינטערעס, ווי הײַנטצײַטיקע ממשיכים פֿונעם טשערנאָבילער דרך.

דאָס קליינע קרײַזל פֿון די רוסישע סקווערער באַטראַכטן דאָס אַמעריקאַנער שטעטל בלויז ווי אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן שאָטן פֿונעם אוקראַיִנישן אַמאָל. די באַגײַסטערטע בעל־תּשובֿות, וווינענדיק אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע, האָבן ערנסט געגלייבט, אַז דער סקווערער רבי מוז זײַן אַן אמתער צדיק — אָבער בלויז צוליב דעם, וואָס ער רעפּרעזענטירט אַ באַרימטע דינאַסטיע פֿון די אוקראַיִנישע צדיקים.

צווישן די פֿאַראינטערעסירטע יחידים אָדער די תּלמידים פֿון די דערמאָנטע סקווערער קירובֿ־אָרגאַניזאַציעס אין אוקראַיִנע, האָט קיינער נישט באַשלאָסן צו באַזעצן זיך אויף שטענדיק אין ניו־סקווער. אַ טייל וווינען אין מאָנסי, קאַנאַדע, ירושלים, אויסטראַליע. דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־טובֿ סוכּות האָב איך פֿאַרבראַכט מיט אַ רוסישער סקווערער משפּחה אין באָראָ־פּאַרק. דער טאַטע איז מײַנער אַן אַלטער חבֿר, וואָס איך קען אים נאָך פֿון באַרדיטשעוו. צו ניו־סקווער באַציט ער זיך מיט אַ געוויסן דרך־ארץ, אָבער צו וווינען דאָרטן וואָלט ער אַפֿילו נישט געחלומט.

די עיקר־סיבה, וואָס האָט אָפּגעשטויסן נישט ווייניק רוסישע חסידים פֿון ניו־סקווער, איז נישט דער שטרענגער לעבנס־שטייגער, נאָר דער שאַרפֿער קולטורעלער אונטערשייד צווישן די אוקראַיִנישע שרשים און די אַמעריקאַנער חסידים, וואָס שטאַמען כּמעט דורכאויס פֿון עסטרײַך־אונגערן.

אין ניו־סקווער איז פֿאַרשפּרייט אַן אומאָנגענעמער סטערעאָטיפּ, לויט וועלכן די אייניקלעך פֿון עסטרײַך־אונגערישע אימיגראַנטן האַלטן זיך פֿאַר עכטע „היימישע חסידים‟, און קוקן אַראָפּ אויף די רוסישע בעל־תּשובֿות. מײַנער אַ חבֿר פֿון מאָסקווע, וואָס שטאַמט אָפּ פֿונעם בעל־שם־טובֿ, האָט געוווינט אין ניו־סקווער במשך פֿון עטלעכע יאָר. נאָך אַ לאַנגער ריי פֿאַרשיידענע אומבאַקוועמע סיטואַציעס, האָט ער געמאַכט דעם אויספֿיר, אַז דער ניו־יאָרקער פּראָיעקט איז אַ פֿאַלשע פּאַראָדיע פֿונעם אַמאָליקן אוקראַיִשן שטעטל.

ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די רוסישע בעל־תּשובֿות געפֿינען זיך אין אַן אַנדער סאָציאַלער סיטואַציע, ווי די אײַנגעבוירענע ניו־סקווערער. די „אָפּגעפֿאָרענע‟ חסידים פֿילן זיך אָפֿט אומבאַהאָלפֿן און אָפּגעפֿרעמדט אין דער נישט־ייִדישער וועלט, ווי אויך אָפּגעריסן פֿון זייערע פֿרומע משפּחות.

להיפּוך, זענען ס׳רובֿ רוסישע בעל־תּשובֿות געבילדעטע אומאָפּהענגיקע מענטשן. ווען זיי וואָלטן „אָפּגעפֿאָרן‟, וואָלטן זייערע וועלטלעכע משפּחות געווען דווקא צופֿרידן, אַז זייערע קינדער זענען אַוועק פֿון די „שוידערלעכע‟ חסידים. די, וואָס האָבן באַשלאָסן צו ווערן סקווערער חסידים, האָבן אויסגעקליבן אַזאַ דרך צוליב פּערזענלעכע גײַסטיקע זוכענישן. אַדרבה, זיי מוזן צווינגען זיך אַליין אַרײַנצופּאַסן אין אַ לאַוו־דווקא פֿרײַנדלעכער סבֿיבֿה. די, וואָס ווערן אַנטוישט, קאָנען גרינג אַריבערגיין אין ליובאַוויטש, בראַצלעוו, נטורי־קרתּא צי אַן אַנדער חבֿרה, וווּ בעל־תּשובֿות זענען נישט קיין נאָווינע און שטייען גענוג אָפֿט אויבן־אָן, אָדער בלײַבן אומאַפֿיִיִלירטע זוכער פֿון חסידישע גײַסטיקע אוצרות.

דאָס וווינען במשך פֿון עטלעכע חדשים מיט אַ סימפּאַטישער סקווערער רבנישער משפּחה אין באַרדיטשעוו, האָט בײַ מיר אויך איבערגעלאָזט אַ גוטן רושם. די טוריסטן פֿון ניו־סקווער, וואָס באַזוכן כּסדר די קבֿרי־צדיקים אין אוקראַיִנע, זענען מיר אויך געפֿעלן. מיט הרבֿ ברײַער האָב איך אַמאָל באַזוכט דעם עוואַקויִרטן געשפּענסטיקן טשערנאָביל, וווּ עס שטייט דער אַלטער שיל פֿונעם ערשטן טשערנאָבילער רבין, און וווּ עס געפֿינט זיך זײַן קבֿר.

אין אַ פּאָר יאָר נאָכן אָנקומען קיין אַמעריקע, האָב איך חתונה געהאַט מיט מײַן ערשטער פֿרוי, אַ פֿרישע אַמעריקאַנער בעל־תּשובֿה, וועלכע האָט דעמאָלט טאַקע געוווינט — אָדער, פּינקטלעכער צו זאָגן, כּסדר דאָרטן פֿאַרבראַכט, האָבנדיק אַ היים אין קווינס — דווקא אין ניו־סקווער. ווען איך האָב באַקומען אַ ברכה פֿונעם סקווערער רבין פֿאַרן זיווג, האָט ער אויף מיר געשאַפֿן אַן אײַנדרוק פֿון אַ סימפּאַטישן, אָרנטלעכן מענטש. הרבֿ ברײַער איז ספּעציעל געקומען מיט זײַן רביצין פֿון באַרדיטשעוו אויף אונדזער חתונה.