(די 2 טע זײַט פֿון 3)
פֿונעם 7טן ביזן 10טן סעפּטעמבער 2015 וועט פֿאָרקומען אַ קאָנפֿערענץ געווידמעט דעם לעבן, ווערק און סבֿיבֿה פֿון י. ל. פּרץ. די קאָנפֿערענץ, „י. ל. פּרץ און זײַן קרײַז‟, ווערט אײַנגעאָרדנט דורכן „מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין פּוילן‟ אין וואַרשע און דעם „אינטערנאַציאָנאַלן צענטער פֿאַרן אויספֿאָרשן די געשיכטע און קולטורעלע ירושה פֿון די ייִדן אין צענטראַל־ און מיזרח־אייראָפּע בײַם קאַטוילישן אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָן פּאָול דעם 2טן‟. די קאָנפֿערענץ וועט פֿאָרקומען אין צוויי ערטער: בײַם „מוזיי פֿון דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין פּוילן‟ אין וואַרשע און בײַ דער רעמאָנטירטער שיל אין זאַמאָשטש.
די קאָנפֿערענץ וועט באַהאַנדלען צוויי הויפּט־טעמעס: די אַקטיוויטעטן פֿונעם ייִדישן קולטורעלן קרײַז, וואָס איז באַאײַנפֿלוסט פֿון פּרצס ליטעראַרישע שאַפֿונגען און דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון פּרץ אַליין. די רעפֿעראַטן, ביז 20 מינוט, וועלן געהאַלטן ווערן אויף ענגליש און פּויליש, מיט איין סעסיע אויף ייִדיש. ד׳׳ר רות ווײַס וועט בײַזײַן אויף דער קאָנפֿערענץ און אָפּהאַלטן די הויפּט־רעדע.
כּדי אַרײַנצושיקן אַ קיצור פֿון אײַער רעפֿעראַט אָדער צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://wkregupereca.wordpress.com/english/. קיצורים וועט מען אָננעמען ביזן 31סטן דעצעמבער.
דער „טרוים־טעאַטער‟ בײַ דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟ אין פּאַריז, צוזאַמען מיטן „צענטער פֿאַר קונסט און קולטור‟ וועלן אין גיכן פֿאָרשטעלן אַ נײַע פּיעסע אויף ייִדיש. די שפּיל, „המנס מפּלה‟ פֿון חיים סלאָוועס, איז לכתּחילה אָנגעשריבן געוואָרן אין 1940 אָבער איז ווידער באַאַרבעט געוואָרן נאָכן חורבן. די איצטיקע אַדאַפּטאַטציע איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן דורך שאַרלאָט מעסער.
די שפּיל, אויף ייִדיש מיט פֿראַצויזישע איבערקעפּלעך, וועט פֿאָרקומען אינעם „עספּאַס ראַשי‟, אויף 39 Broca־גאַס, שבת, דעם 24סטן און 31סטן יאַנואַר, און דעם 7טן פֿעברואַר, 8:45 אין אָוונט; און זונטיק, דעם 25סטן יאַנואַר, און דעם 1טן און 8טן פֿעברואַר, 4:30 נאָך מיטאָג. כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט באַזוכט: //yiddishweb.com/homens-mapole-le-nouveau-spectacle-du-troim-teater/.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.