(די 3 טע זײַט פֿון 3)
צווישן די סאַמע וויכטיקסטע קולטורעלע איניציאַטיוון אין דער הײַנטיקער ייִדיש־וועלט געפֿינט מען דעם „אַרכיוו פֿון געשיכטע בעל־פּה אויפֿן נאָמען פֿון וועקסלער‟. דער פּראָיעקט, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן דורך קריסטאַ וויטני אין 2009 ווי אַ טייל פֿון איר אַרבעט ווי אַ סטיפּענדיאַטקע בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, האָט אין די לעצטע 5 יאָר זיך צעוואַקסן, און שליסט הײַנט אַרײַן מער ווי 480 פּראָפֿעסיאָנעלע אינטערוויוען, - מער ווי 110 פֿון זיי אויף ייִדיש.
די אינטערוויוען, געשאַפֿן לויט דער שיטה פֿון „געשיכטע בעל־פּה‟ (בל״עז Oral History) דויערן געוויינטלעך אַרום 1.5 שעה און נעמען אַרײַן סײַ אינטערוויוען מיט די סאַמע וויכטיקסטע קולטורעלע פֿיגורן אין דער וועלט פֿון ייִדיש און סײַ ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר.
בײַם אָנהייב פֿונעם פּראָיעקט האָט מען געמאַכט כּמעט אַלע אינטערוויוען בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. די לעצטע 3 יאָר, אָבער, זענען קריסטאַ און אירע קאָלעגן געפֿאָרן אין אַלע עקן וועלט, כּדי צו אינטערוויויִרן מענטשן און פֿאַראייביקן זייערע זכרונות. קריסטאַ איז שוין געפֿאָרן קיין ישׂראל, פּוילן, ליטע, מאָנטרעאַל, טאָראָנטאָ, וויסקאָנסין און קאַליפֿאָרינע און איז שוין פֿיר מאָל געפֿאָרן אויף דער AJS־קאָנפֿערענץ.
צווישן די צענדליקער גאָר וויכטיקע קולטור־טוערס, וואָס מע האָט אינטערוויויִרט, געפֿינט מען עטלעכע קולטורעלע פֿיגורן, וואָס זענען לײדער ניטאָ מער מיט אונדז ווי חנה מלאָטעק, חנה (אַדריאַן) קופּער, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, דוד ווערדיגער, ליבער קאַץ, ישׂראל זמיר און שמעון אַלפּעראָוויטש. אויך אינטערעסאַנט די לייענערס פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ זענען אינטערוויוען מיט די שרײַבער פֿון אונדזער צײַטונג, צווישן זיי - שׂרה־רחל שעכטער, הערשל גלעזער, לייזער בורקאָ, עדי מהלאל, יצחק לודען, איציק גאָטעסמאַן און דער שרײַבער פֿון די דאָזיקע שורות.
ביז לעצטנס האָט מען נאָר געקענט זען די גאַנצע אינטערוויוען אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם „אינטערנעץ־אַרכיוו‟ אָבער הײַנט קען מען זיי אַלע געפֿינען אויפֿן באַנײַטן וועבזײַטל פֿונעם „פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה אויפֿן נאָמען פֿון וועקסלער‟, געסדרט לויטן נאָמען פֿונעם מענטש, וועמען מע האָט אינטערוויויִרט. כּדי צו זען די אינטערוויוען, באַזוכט: //www.yiddishbookcenter.org/oral-history/home.
לייבל באָטוויניק וועט האַלטן אַ רעדע אויף ייִדיש אויף דער טעמע „ייִדיש, אַנדער־וועלטניקעס, און מלחמות: וואָס פֿאַרבינדט זיי‟. דער רעדע וועט געהאַלטן ווערן דאָנערשטיק, דעם 22סטן יאַנואַר, 7 אַזייגער אין אָוונט בײַם „מרכּז דוד‟, 9 אַחימאיר גאַס אין נתּניה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.