די וועלט האָט אונדז קיין מאָל נישט אָפּגעשאַצט ווי געהעריק. אין דער אמתן זײַנען מיר געווען פֿעיִקע אַרבעטער, סוחרים, געלערנטע, וויסנשאַפֿטלער, אַקאַדעמיקער, מוזיקער, קינסטלער, פּאָעטן, שרײַבער, דערפֿינדער, אַלץ איז מיט דער צײַט געגאַנגען אין ניוועץ.
די אָפּגעשטאַנענע, פּרימיטיווע פֿעלקער מיט אַלע זייערע רעליגיעזע פֿאָראורטיילן, אַנטיסעמיטיזם, רדיפֿות און דעספּאָטיזם האָבן זייער ריגזה און קינאה־שׂינאה אויסגעלאָזט צו אונדז. אָבער נסים ונפֿלאות, מיר האָבן פֿאַרפּאַקט די מאָנאַטקעס, מיטגענומען אַלע אונדזערע פֿיזישע און גײַסטיקע קרעפֿטן און זיי איבערגעפּעקלט אַהער, אין אונדזער נײַעם מקום־מקלט, אין דער גאָלדענער מדינה.
אָבער דער באָדן איז נאָך נישט געווען גרייט פֿאַר אונדז. אין צווישן האָט מען דאָ געקעמפֿט פֿאַר אומאָפּהענגיקייט פֿון די ענגלענדער, אָנפֿאַלן אויף די אייגענע אינדיאַנער, מיט אַ בירגער־קריג, מיטן אַפֿריקאַנער שקלאַפֿן־אימפּאָרט, אַזוי אַז די נײַע ייִדישע פּליטים פֿון די רוסישע, אוקראַיִנישע און פּוילישע פּאָגראָמען האָבן געהאַט אַ האַנט און אַ פֿוס אין אונדזער ויברח פֿון זייערע לענדער — זייער פֿאַרלוסט, אַמעריקעס געווינס.
דאָ האָבן מיר זיך אויסגעמישט מיט דער אירלענדישער כוואַליע, דער איטאַליענישער, גריכישער, פּליטים פֿון אַלע עקן וועלט, און אין צווישן האָבן מיר ייִדן דאָ געפֿונען רו און צומאָל — שלווה.
העלפֿט גאָט און מיר וואַקסן דאָ אויס און ווערן געפֿורעמט, שטעלן די ערשטע טריט, דאָ איבן מיר אויס אונדזערע שעפֿערישע מוסקלען, מיר טשוכען זיך צו ביסלעך אויס פֿונעם אייראָפּעיִשן קאָשמאַר, און באַנײַען זיך אויפֿסנײַ. מיר שלײַפֿן דאָס גאָלד מיט די בריליאַנטן פֿון אונדזער טאַלאַנט און פֿעיִקייטן.
ערשט די טעג האָב איך ווידעראַמאָל געזען דעם העכסט געלונגענעם פּראָגראַם אויף דער טעלעוויזיע, „ייִדישע ירושה‟ (Jewish Legacy), וווּ מען האָט אַנטפּלעקט די גרויסקייט פֿון אונדזער מוזיקאַלישן, טעאַטראַלן, פֿילם־ און בינע־זשעני. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז אָנעם געניוס פֿון אַן אירווינג בערלין (ישׂראל ביילין), דזשאָרדזש און אײַראַ גערשווין, אַל דזשאָלסאָן, לאָרענץ האַרט, ריטשאַרד ראַדזשערס (דער זיידע איז געווען אַ ייִד), די מאַרקס ברידער, לענאַרד בערנשטיין, קאָול פּאָרטער, יעפּ האַרבאָר, מעל ברוקס און סיד סיזער, קאַרל רײַנער און סטיווען סאָנדהײַם — איך קען אַזוי אָנגיין שעהען לאַנג… אָן זיי וואָלטן בראָדוויי, האַליוווּד, קאַרנעגי־האָל און מעטראָפּאָליטן אָפּערע געלעגן אין דער פֿינצטער. מיר האָבן בײַגעשטײַערט די גרעסטע טאַלאַנטן וואָס די וועלט פֿאַרמאָגט און האָבן כּשר פֿאַרדינט אונדזער רענאָמע און אַנערקענונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.