(די 2 טע זײַט פֿון 4)
די פֿאָרלייענונג וועט פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 12טן יאַנואַר, 7 אַזייגער אין אָוונט בײַם „איינגלמאַן־זאַל‟ אין „ברוך־קאָלעדזש‟ (55 לעקסינגטאָן עוועניו). דער אײַנטריט איז בחינם און די פּראָגראַם ווערט אונטערגעשטיצט דורכן „ניו־יאָריקער שטאָטישן אוניווערסיטעט‟.
לכּבֿוד איר נײַעם אַלבאָם „טויזנט טעמען‟ וועט מרים־חיה סיגל געבן אַ קאָנצערט אין דער „עלדרידזש־סטריט שיל‟ (12 עלדרידזש גאַס, מאַנהעטן). דער אַלבאָם באַשטייט פֿון סײַ אָריגינעלע, סײַ טראַדיציאָנעלע לידער, געזונגען אויף אַ מאָדערנעם שטייגער. אויף דער קאָנצערט וועלן זיך באַטייליקן דער קלאַרנעט־שפּילער מײַקל ווינאָגראַד, די פֿידלערין אַלישאַ סוויגאַלס, דער אַקאָרדעאָן־שפּילער פּאַטריק פֿאַרעל און דער באַס־שפּילער רעמי יולזאַרי. דער ספּעקטאַקל ווערט פֿאָרגעשטעלט דורכן „ייִוואָ‟, „יוגנטרוף‟, „דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס‟, „דער שלום־עליכם קולטור־צענטער‟ און „דער מוזיי בײַ דער עלדרידזש־סטריט שול‟.
דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 28סטן יאַנואַר, 7 אַזייגער אין אָוונט. בילעטן קען מען באַשטעלן פֿון פֿריִער דורכן אָנקלינגען 212-219-0302 אָדער דורכן וועבזײַטל פֿון דער שיל //www.eldridgestreet.org/events/.
אין פֿעברואַר וועט דער „אַרבעטער־רינג‟ לאַנצירן אַ ריי קלאַסן אויף ייִדיש, וואָס טרעפֿן זיך דורך דער אינטערנעץ.
פֿאַר די וואָס ווילן זיך לערנען ייִדיש וועלן פּערל טייטלבאַום און שבֿע צוקער לערנען ייִדיש פֿאַר אָנהייבערס אויף צוויי ניוואָען. די קלאַסן פֿאַר פֿרישע אָנהייבערס וועלן פֿאָרקומען יעדן דינסטיק, דרײַ אַזייגער נאָכמיטאָג, פֿונעם 3טן מאַרץ ביזן 12טן מײַ (מיט פּערל טייטלבוים) און 7 אַזייגער אין אָוונט יעדן דאָנערשטיק פֿונעם 12טן מאַרץ ביזן 21סטן מײַ (מיט שבֿע צוקער). די קלאַסן פֿאַר אַוואַנסירטע אָנהייבערס וועלן פֿאָרקומען יעדן מיטוואָך, 1 אַזייגער נאָכמיטאָג פֿונעם 11טן מאַרץ ביזן 20סטן מײַ (מיט שבֿע צוקער).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.