די זומער־חדשים האָבן זיך אָנגעהויבן אין דעם דרומדיקן טייל פֿון װעלטקוגל, און די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט צוגעגרייט אַ ריי אַקטיװיטעטן, װאָס זאָלן פֿאַרװײַלן די קינדער, װעלכע גייען נישט אין שול ביז מאַרץ, אַרויסהעלפֿנדיק די עלטערן, װאָס פֿאָרן ניט אויף דאַטשע. יעדן מיטװאָך און זונטיק קומען פֿאָר ספּעקטאַקלען, וווּ טעאַטער, מוזיק און טענץ פֿאַר קינדער פֿאַרכאַפּן דעם יונגן פּובליקום. די פּראָגראַם „װאַקאַציעס מיט אַ פּאַראַסאָל‟ אָרגאַניזירט שפּאַצירן, באַזוכט מוזייען, נעמט די קינדער אין שװימבאַסיינען, און מען פֿאָרט אַרויס אויף אַ גאַנצן טאָג מיט אויסגעשולטע באַגלייטערס.
אויך פֿאַרן עלטערן דור האָט די קהילה אָרגאַניזירט אַ סך אַקטיװיטעטן; אַ דאַנק דעם ספּעציעלן אָפּמאַך מיטן מיניסטעריום פֿאַר סאָציאַלע אַקציעס, איז אַרויסגעפֿאָרן צום ים, אין די האָטעלן פֿון דער רעגירונג, די ערשטע גרופּע פּענסיאָנירטע. כּדאַי צו באַטאָנען, אַז אַלץ איז אומזיסט און װערט געדעקט דורך דער קהילה און ספּעציעלע פֿאָנדן, ספּעציעל פֿאַר די ניט־פֿאַרמעגלעכע עלטערן, אָבער אויך די ייִדישע שולן און אינסטיטוציעס האָבן פּלאַנירט אַקטיװיטעטן פֿאַר זייערע מיטגלידער.
עס איז באַקאַנט געװאָרן אַ בריװ, װאָס דער פּויפּסט פֿראַנציס האָט אַרײַנגעשיקט צום פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, ד״ר כוליאָ שלאָסער, אין שײַכות מיט דער אַטאַקע, װאָס די גנבֿים האָבן געמאַכט אויף אים און זײַן פֿרוי; מיט דער האַרץ־אָפּעראַציע, װאָס ער האָט דורכגעמאַכט, און מיטן װוּנטש פֿאַר חנוכּה. אין דעם בריװ שרײַבט דער פּויפּסט, אַז כוליאָ און זײַן פֿרוי װאָלטן באַדאַרפֿט בײַטן זייערע נעמען, און זיך רופֿן „רענאַטאָ און רענאַטאַ‟ (פֿון דאָס נײַ געבוירענע), און אַז ער באַדויערט שטאַרק, װאָס מען איז אים באַפֿאַלן נישט װײַט פֿון דעם פֿוסבאָלקלוב, פֿון װעלכן ער איז אַן אָנהענגער. דער װוּנטש פֿאַר אַ ליכטיקן יום־טובֿ, װאָס זאָל ממשיך זײַן די געמיינזאַמע טעטיקייטן פֿאַרן שלום איבער דער װעלט, האָבן פֿאַרענדיקט זײַן חבֿרלעכן גרוס.
דער ריכטער פֿונעם העכסטן טריבונאַל פֿון לאַנד, ד״ר ראַול זאַפֿאַראָני האָט זיך פּענסיאָנירט און נאָכן פֿאַרלאָזן זײַן אַמט האָט ער זיך דערלויבט אַרויסצוזאָגן אויף פֿאַרשיידענע טעמעס. איינע פֿון אָט די טעמעס איז געװען דער קאַמפּיין, װאָס די פּרעסע האַלט אָן קעגן דער קאָרופּציע פֿון אייניקע מיניסטאָרן, װאָס שטיצן מיט גװאַלדיקע סומעס געלט די טעטיקייטן פֿון פּאַרטיייִשע גרופּירונגען, און װעלכע האָבן נישט צוגעשטעלט דעם געהעריקן דין־וחשבון. דער װיצע־פּרעזידענט, װאָס האָט געפֿעלשט דאָקומענטאַציע, אַז זײַן געװעזענע פֿרוי זאָל נישט באַקומען אַ העלפֿט פֿון אַן אויטאָ, װאָס ער האָט געלייקנט בעת זייער גט, און אַפֿילו פּראָבלעמען פֿון „װאַשן געלט‟, שװערע מיליאָנען אין די האָטעלן, װאָס די אַרגענטינער פּרעזידענטין פֿאַרמאָגט מיט אירע קינדער. דער געװעזענער ריכטער, װאָס האָט כּסדר געשטיצט די פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג, האָט דערקלערט אַז, „דער קאַמפּיין פֿון דער פּרעסע איז אַ גענאָציד אין טראָפּנס, װאָס מען קען פֿאַרגלײַכן צו דעם חורבן, װאָס די ייִדן האָבן געליטן בעת דעם װעלטקריג. אויך אין די אָרעמע געגנטן אַרום די גרעסערע שטעט פֿון לאַנד שטאַרבן טויזנטער קינדערלעך, װי „בעת דער צװייטער װעלט־מלחמה‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.