(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די ייִדישע אינסטיטוציעס האָבן שאַרף רעאַגירט, און די „דאַיאַ‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּראָטעסט, „אַז מען טאָר נישט דערלאָזן אַזעלכע דערקלערונגען; אַז עס זײַנען דאָ אָן אַ שיעור װערטער אָפּצושאַצן די אַטאַקעס פֿון דער פּרעסע אויף דער רעגירונג, אָבער דער חורבן טאָר נישט פֿאַרגלײַכט װערן צו קיין שום אַנדערן מצבֿ. דאָס באַנאַליזירן דעם חורבן טאָר נישט טאָלערירט װערן בײַ איגנאָראַנטן, און אַװדאי נישט פֿון אַן אינטעלעקטואַל, װאָס האָט פֿאַרנומען אַזאַ װיכטיקן אַמט אין לאַנד‟. אויך די ניט־ייִדישע אינסטיטוציעס האָבן געשטיצט דעם פּראָטעסט. נאָר די רעגירונג האָט אין גאַנצן געשװיגן.
די „דאַיאַ‟ אָנערקענט די אָרגאַניזאַציע פֿון געיס.
די „דאַיאַ‟ איז די פּאָליטישע רעפּרעזענטאַנץ פֿון די ייִדישע אינסטיטוציעס אין אַרגענטינע. יעדע אינסטיטוציע שיקט אַ דעלעגאַט, װאָס האָט שטימרעכט, און אַזוי קלײַבט מען אויס די פֿאַרװאַלטונג. די „דאַיאַ‟ האָט אָנערקענט דעם „כאַג‟ (כודיאָס אַרגענטינאָס געיס — ייִדישע אַרגענטינער געיס), װי אַ ייִדישע אינסטיטוציע, און גלײַך האָט מען זי אויפֿגענומען װי אַ גלײַך־באַרעכטיקטער מיטגליד.
די אַרגענטינער װירטשאַפֿט מאַכט דורך אַן „ווייטיקלעכן קריזיס‟. דאָס האָט דערקלערט דער עקאָנאָמיסט ד״ר ראָבערטאָ דװאָסקין. זי נייטיקט זיך אין אינװעסטירער, אָבער עס פֿעלט סטימול פֿאַר אינװעסטירער און, דער עיקר, יורידישע זיכערקייט. די אינטערנאַציאָנאַלע אונטערהאַנדלונגען צו לייזן דעם אויסערלעכן חובֿ זײַנען דורכגעפֿאַלן. די מוראדיקע אינפֿלאַציע װעט גורם זײַן, אַז אויך די ייִדישע אינסטיטוציעס װעלן דאַרפֿן פֿאַרקלענערן זייערע בודזשעטן, פֿאַרקלענערן זייער פּערסאָנאַל; און די ייִדישע שול װעט װערן װאָס אַ מאָל װייניקער צוטריטלעך. מען דערװאַרט, אַז, װען די לימודים װעלן זיך אָנהייבן אין חודש מאַרץ, װעט די צאָל קינדער אין די ייִדישע שולן היפּש פֿאַרקלענערט װערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.