(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פֿון דער צווייטער זײַט, האָט מען ביז איצט, מיטן תּירוץ נישט צו פֿאַרשפּרייטן קיין אַנטימוסולמענישע פֿײַנטשאַפֿט, בכלל געמאַכט דעם אָנשטעל, אַז די הונדערטער קלענערע צי גרעסערע אַנטיסעמיטישע און אַנדערע אָנפֿאַלן מצד די יונגע מוסולמענער, זענען די שולד פֿון יחידים אָדער פֿון קליינע איזאָלירטע גרופּעס. דאָס איז אויך פֿאַלש. אין דער גרויסער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג פֿון מערבֿ–אייראָפּע איז אָן קיין שום ספֿק פֿאַראַן אַ מיעוט וואָס שטימט צו, אַקטיוו אָדער פּאַסיוו, צו די פֿאַרברעכערישע האַנדלונגען; דאָס איז נישט קיין אומבאַטײַטיקער סעקטאָר און מע מוז אים אָנרופֿן בײַם נאָמען. ווײַט פֿון ביידע דעמאַגאָגישע נייגונגען וואָלט זיך געדאַרפֿט ציִען די ליניע פֿון יעדער מאַכט, וואָס וויל ניכטער און ווירקעוודיק באַקעמפֿן דעם טעראָר דורך אַ זיכערקייטס–פּאָליטיק פֿון אָנגענומענעם שניט.
איך מיין אָבער, אַז די קליגסטע, די ערלעכסטע און די סאַמע אַנטשלאָסענע זיכערקייטס–פּאָליטיק קען נישט גרינטלעך אויסהיילן אַ קרענק, וואָס כאַפּט אַרום נישט בלויז געבוירענע מוסולמענער. די דזשיהאַד–פֿלאַקערס ציִען דאָך צו אויך אַ צווייטן טיפּ פֿאַנאַטיזירטע יוגנטלעכע פֿון אייראָפּע, אפֿשר אויך פֿון אַמעריקע דווקא קינדער פֿון מיטלקלאַס, אָפּשטאַמיקע פֿון רויִקע, אַלט–געזעסענע קריסטלעכע (און צו מאָל ייִדישע) משפּחות, וואָס באַקערן זיך פּלוצלינג צום מוסולמענישן גלויבן און ווערן, אין אַ סך פֿאַלן, בליץ שנעל ראַדיקאַליזירט. איבער צוואַנציק פּראָצענט פֿון אַלע דזשיהאַד–פֿרײַוויליקע אין סיריע–איראַק שטאַמען איצט פֿון אייראָפּע, צי דאָס זענען קינדער פֿון פֿאַרשטויסענעם מוסולמענישן דלות, צי „נײַע מוסולמענער“ פֿון אַ סתּם אייראָפּעיִשן אָפּשטאַם.
ווי דערקלערט מען דעם פֿאַקט, אַז דער מיטל–מיזרחדיקער דזשיהאַד — די טעראָריסטן–שול אין וועלט–מאָסשטאַב — ציט צו, אין פּראַפּאָרץ, אַ סך מער פֿרײַוויליקע פֿון אייראָפּע איידער פֿון די אַראַבישע לענדער ווי מצרים? דאָס קען מען נאָר דערקלערן מיטן מאָראַלישן דורכפֿאַל פֿון אונדזער הײַנטיקער פֿאַרמיסחרטער ציוויליזאַציע. שוין צענדליקער יאָרן גייט אָן, וואָס ווײַטער אַלץ ברייטער און טיפֿער, אַ ריזיקער פּראָצעס פֿון איבערגעשטאַלטיקן די מענטשהייט אויף אַזאַ אופֿן, אַז ביסלעכווײַז זאָל זיך די מענטשלעכע טבֿע אין גאַנצן פֿאַרענדערן.
אָט באַלד וועט מען שוין נישט קענען זאָגן, אַז דער מענטש איז דאָס באַשעפֿעניש וואָס טראַכט, אָדער וואָס לאַכט, אָדער וואָס פֿאַרמאָגט אַ מאָראַליש געוויסן. מענטש וועט הייסן נאָר יענער, וועלכער יאָגט זיך נאָך געלט און קויפֿט וואָס מע הייסט אים קויפֿן. פֿון אַלע ווינקעלעך רוימט מען איצט אויס אַלץ, וואָס קען שמעקן מיט אידעאַליזם, שטרעבונג צו יושר, ליבשאַפֿט צו וויסן לשמה אָדער צו שיינקייט לשמה; און דאָרטן, וווּ די מיושבֿדיקע בעלי–שׂכל האָבן שלום געמאַכט מיטן געדאַנק, אַז אַחוץ דעם מאַרק איז גאָרנישט פֿאַראַן, דאָרטן געפֿינען אַ גרינגע פּרנסה די רציחה–הענדלערס, וואָס זיי ווייסן גראָד יאָ צו פֿאַרשטעלן זייער טויט–סחורה אונטער אַן אָנבליק פֿון מסירת–נפֿש און קאַמף פֿאַר אַ העכערן צוועק.
אויב אונדזערע געזעלשאַפֿטן וועלן האָבן דעם כּוח צו דערוועקן אין זיך, אויפֿן אָרט פֿון אומעטומיקן געלט–ציניזם, עכטע מענטשלעכע אידעאַלן, וועלן זיך ממילא אויסשעפּן די הצלחות פֿון די דזשיהאַד–פֿאַרשפּרייטער, און צוזאַמען דערמיט וועט די אַטענטאַטן–סכּנה נישט נאָר אונטערגעדריקט ווערן, וואָס דאָס קען נאָר גילטן ביז אַ צײַט, נאָר פֿאַרלירן אירע וואָרצלען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.