ווי ברענגט מען אַרײַן חידושים אין דער ייִדיש־פֿאָרשונג?

Yiddish Studies From a New Perspective


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published January 18, 2015, issue of February 06, 2015.

לײזער בורקאָס פֿעלד־באַריכט אויף דער יערלעכער קאָנפֿערענץ פֿון דער „אַסאָציאַציע פֿאַר ייִדישע שטודיעס‟ באַרירט באמת װיכטיקע ענינים. אַזױ אָדער אַנדערש איז די צוקונפֿט פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור אַ גרױסע דאגה פֿאַר אונדז אַלעמען. עס גײט ניט אַזױ אין דער אַבסטראַקטער פֿראַגע, צי װעט ייִדיש לעבן װײַטער, און אין װעלכע פֿאָרמעס, אָבער אין קאָנקרעטע װעגן און מיטלען צו באַזאָרגן דעם המשך צװישן הײַנט און מאָרגן. פֿאַר זײַן קריטיק פֿון אײניקע פּאָזיציעס, װאָס מען האָט אַרױסגעזאָגט אױף דער קאָנפֿערענץ, האָט פֿרײַנד בורקאָ זיך אָנגעטאָן אַ מאַסקע פֿון אַן „אַלטמאָדישן ייִדישיסט‟. זײַן דאגה איז די שװאַכקײט פֿון די פֿונדאַמענטאַלע יסודות פֿאַרן װײַטערדיקן בױען די ייִדיש־פֿאָרשונגען. עס איז אַ קנאַפּע האָפֿענונג, אַז דער גרױסער װערטערבוך, די אַלגעמײנע ענציקלאָפּעדיע, דער טעאַטער־לעקסיקאָן װעלן װען־ניט־איז פֿאַרענדיקט װערן.

אױף דער דאָזיקער טענה װאָלט מען געקאָנט דערװידערן, אַז מיר פֿאַרמאָגן יאָ גװאַלדיקע נײַע ביבליאָגראַפֿישע און טעקסטועלע רעסורסן, אַזעלכע װי דער אינדעקס פֿון ייִדישער פּעריאָדיק, װי אױך די װאַקסנדיקע צאָל דיגיטאַליזירטע ביבליאָטעקן פֿון ייִדישער ליטעראַטור, פּרעסע און אַוידיציעס. דערצו קאָן מען אױך צוגעבן, אַז אין אַנדערע בראַנזשעס פֿון הומאַניסטישע שטודיעס זײַנען אַזעלכע ריזיקע אונטערנעמונגען הײַנט–צו–טאָג אױך ניט זייער פּאָפּולער. פֿון דעסטוועגן, איז די שװאַכקײט פֿון די פֿונדאַמענטאַלע יסודות אַ באַרעכטיקטע דאגה, בפֿרט אַז ייִדיש פֿאַרמאָגט ניט קײן אינסטיטוציאָנעלע טאַטע־מאַמע, און די ייִדישע פֿאָרשער זײַנען צעזײט און צעשפּרײט איבער אַלע זיבן ימען פֿונעם אַקאַדעמישן גלות.

פֿרײַנד בורקאָ דערמאָנט אין זײַן באַריכט די מײנונג פֿונעם יונגן ייִדיש־פֿאָרשער שאול זאַריטס, אַז „מע דאַרף דערצײלן אַ מער קאָמפּליצירטע געשיכטע און ברענגען אמתע חידושים‟, כּדי אונטערצוהאַלטן דעם אינטערעס צו ייִדיש צװישן דעם יונגן דור; און דער איצטיקער מאָמענט איז טאַקע מכריעדיק אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש־לימודים. עס איז שױן געקומען אַ דור, פֿאַר װעלכן ייִדיש איז ניט קײן מאַמע־לשון און אַ ייִדישע קולטור־סבֿיבֿה איז אַן אָביעקט פֿון פֿאָרשונג און ניט קײן לעבעדיקע דערפֿאַרונג. אַװדאי, װעלן זײ האָבן אַנדערע השׂגות מכּוח ייִדיש אײדער די, װאָס זײַנען אױפֿגעװאַקסן אין דער ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה, שױן אָפּגערעדט פֿון די, װאָס קומען פֿון אַ שטעטל. עס װעט זײַן שװער פֿאַרן יונגן דור צו פֿילן און צו פֿירן זיך װי תּושבֿים, געבוירן אינעם קולטורעלן „ייִדישלאַנד‟. אָבער בטבֿע האַלט זיך יעדער דור ייִדישיסטן פֿאַרן לעצטן, און די טראַדיציע פֿון קולטורעלן פּעסימיזם האָט טיפֿע װאָרצלען אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע.

און דאָך, װי אַזױ קאָן מען פֿאָרט „אַרײַנברענגען אמתע חידושים‟ אין די ייִדישע שטודיעס? דאָס הײסט, מסתּמא, זיך צופּאַסן צו טעמעס און פּראָבלעמען, װאָס װערן באַהאַנדלט אין דער „גרױסער װעלט‟. דאָס איז געװען דער דרך פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור אין איר בלי־תּקופֿה פֿאַר און נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה. דער גאַנצער באַגריף פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג איז אױפֿגעקומען װי אַן אינטעלעקטועלער ענטפֿער אױף דעם אַרױסרוף פֿון דעם מאָדערנעם נאַציאָנאַליזם.