צוויי נײַע קאָמפּאַקטלעך ווײַזן די השפּעה פֿון גוייִשע פֿאָלקסלידער

2 New CDs Reveal Influence of Gentile Folksongs


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published January 18, 2015, issue of February 06, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

מע וואָלט געקענט מיינען, אַז דאָס איז זיכער נאָר אַ ייִדישע טעמע, אָבער עטלעכע סטראָפֿעס פֿון אַן אָדם־הראשון־ליד אויף אוקראַיִניש ווערן אַרײַנגעפֿלאָכטן און געזונגען פֿון קיטאַסטי. צום באַקאַנטן אוקראַיִניש ליד „או סוסידאַ‟ (בײַם שכן), זינגט אַלפּערט אַ נוסח מיט ייִדישע ווערטער, און קיטאַסטי — דעם אָריגינעלן נוסח. אָבער נישט אַלץ אויף דער רעקאָרדירונג שטאַמט פֿונעם אַלטן רעפּערטואַר: אַלפּערט זינגט זײַנע צוויי אָריגינעלע באַלאַדעס אויף ייִדיש — „טשערנאָביל‟ און „אַ שפּײַ אין ים‟. די מעלאָדיעס קלינגען טאַקע אַלט, נאָר זײַנע ווערטער רעדן צום האַרצן פֿון אונדזער דור.

מיישקע אַלפּערט איז פֿון די עכטסטע ייִדישע פֿאָלקזינגערס און אַ וויכטיקער לערער פֿונעם אַלטן געזאַנג־סטיל. קיטאַסטי איז אַן ענלעכער מבֿין פֿונעם אוקראַיִנישן פֿאָלקלאָר און פֿאָלקסליד, און אַ מײַסטער באַנדוריסט. דער זיווג פֿון די צוויי „שכנים‟ — אַלפּערט און קיטאַסטי — איז געווען באַשערט מן־השמים. די וועבזײַט פֿון דער פֿירמע איז: www.oriente.de

שוין עטלעכע יאָר, וואָס די „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟-פּראָגראַם אין דײַטשלאַנד גיט זיך אָפּ במשך פֿון איין וואָך מיט ייִדישע קינדער־לידער, שפּילן און פֿאָלקלאָר. פֿון דער ווײַמאַרער קינדער־וואָך איז אַרויסגעוואַקסן אַ נײַ קאָמפּאַקטל — „פֿאַר דעם נײַעם דור!‟. פּראָפֿ׳ דיאַנאַ מאַטוט פֿון האַלער אוניווערסיטעט אין דײַטשלאַנד און אַ לערערין אין ווײַמאַר, האָט לאַנצירט דעם פּראָיעקט. מיט דער הילף פֿונעם גיטאַריסט אַנדרעאַס שמיטגעס, דער פֿידלערין וואַנעסאַ ווראָמאַנס, דעם באַסיסט מאַרטין ליליטש, אַקאָרדעאָן־שפּילער אַלען בערן און אַ גרופּע זינגערס, סײַ קינדער, סײַ דערוואַקסענע, האָט דער אַנסאַמבל במשך פֿון עטלעכע וואָכן אַרום פּסח 2014 אַראַנזשירט און רעקאָרדירט די לידער.

שמיטגעס איז געקומען אין ייִוואָ־אַרכיוו מיט אַ פּאָר יאָר צוריק און געזוכט קינדער־לידער און טענץ־לידער, און אויף דער רעקאָרדירונג הערט מען דעם רעזולטאַט פֿון זײַן פֿאָרשונג, בפֿרט לידער, וואָס ער האָט געפֿונען אין דער „רות רובין־זאַמלונג‟. עטלעכע לידער האָט מען גענומען פֿון שלמה באָסטאָמסקיס בוך „אונטער די גרינינקע ביימעלעך‟ און פֿון יואל ענגעלס קינדער־שאַפֿונגען.

ס’רובֿ לידער זענען הײַנט נישט באַקאַנט און דאָס איז זיכער געווען אַ ציל פֿון דער רעקאָרדירונג — צו ברענגען כאָטש עטלעכע מוסטערן פֿון אונדזער אומבאַקאַנטן רײַכן קינדערלידער־רעפּערטואַר צו אַ ברייטערן עולם. בלויז גאָלדפֿאַדענס „האָצמאַך איז אַ בלינדער‟ און דאָס פֿאָלקסליד „האָב איך אַ פּאָר אָקסן‟ זענען אפֿשר מער באַקאַנט.