צוויי נײַע קאָמפּאַקטלעך ווײַזן די השפּעה פֿון גוייִשע פֿאָלקסלידער

2 New CDs Reveal Influence of Gentile Folksongs


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published January 18, 2015, issue of February 06, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

פּראָפֿ׳ שמעון נויבערג פֿונעם טריִער אוניווערסיטעט איז צווישן די לערער פֿון דער ווײַמאַרער קינדער־פּראָגראַם, און זײַנע דרײַ טעכטער — שפּרינצע, קריינדל און טרײַנע, קענען גוט ייִדיש און פֿאַרמאָגן זיסע קולעכלעך. צוויי ברידערלעך, לוקאַ און לייבקע פּאַטשאָניק, זינגען אויך סאָלאָס אינעם כאָר.

די מעלאָדיעס צו די לידער קלינגען גאַנץ ווײַט פֿון פֿאָלק־ און קלעזמער־מוזיק. זיי דערמאָנען גיכער די דײַטשע קינדער־לידער פֿון 100 יאָר צוריק, און עס זעט אויס, אַז אונדזערע ייִדישע קינדערלידער־קאָמפּאָזיטאָרן האָבן די דײַטשע לידער געהאַט אין זינען ווי מוסטערן פֿאַר זייערע שאַפֿונגען. די טעמע וואָלט געדאַרפֿט ווײַטער אויסגעפֿאָרשט ווערן פֿון אַ מוזיקאָלאָג, אָבער צו מײַנע אויערן קלינגען אַ טייל לידער נישט נאָר דײַטשיש, נאָר אויך קריסטלעך אין זייער כאַראַקטער. עס איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אין אונדזער קינדערלידער־אוצר געפֿינט מען גאַנץ אומעטיקע לידער, ווי למשל, דאָס ליד „האַרבסט‟ פֿון אַ. לימאָנע —

פֿליִען געלע בלעטער
פֿאַלן אויפֿן וועג,
ווערט שוין שלעכט דער וועטער,
ווערן קורץ די טעג.
פֿליִען אָפּ די פֿויגלען
ליידיק שטייט דער וואַלד.
אַוועק דער ליבער זומער
האַרבסט געקומען באַלד.

די אַראַנזשירונגען פֿון אַלען בערן הייבן אַרויס דעם חן סײַ פֿון די לידער, סײַ פֿון די יונגע און ווייניק־יונגע זינגערס. איך האַלט, אַז אַלע ייִדיש־רעדער וועלן הנאה האָבן פֿונעם קאָמפּאַקטל „פֿאַר דעם נײַעם דור‟, און, לאָמיר האָפֿן, אַז יונגע טאַטע־מאַמעס וועלן אויך אויסניצן די לידער אויפֿצוהאָדעווען, טאַקע, אַ נײַעם דור ייִדיש־רעדער און זינגער.