װוּהין זײַנען אַהינגעקומען די אמתע מענער?...

Where Have the Real Men Gone?

Max Gershman

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published January 18, 2015, issue of February 06, 2015.

מײַן ליבער לערער, דאָקטאָר ישׂראל־חײם בילעצקי, אונדז צו לאַנגע יאָרן, האָט ליב געהאַט איבערצוחזרן, אַז מיר, ייִדן, זײַנען אַ מאָדנע פֿאָלק. מיט אַ ברײטער האַנט האָבן מיר פֿאַרשאָנקען די אַנדערע פֿעלקער דאָס, װאָס ס׳האָט געקענט װערן אַ צװײַג פֿון אונדזער נאַציאָנאַלן לעבן און קולטור. און מײנען האָט ער געמײנט, קריסטנטום און איסלאַם.

איך שטרענג אָן מײַן פֿאַנטאַזיע און שטעל זיך פֿאָר, װי גרױס װאָלט געװען די ייִדישע װעלט, װען די ייִדן װאָלטן אַרײַנגעלאָזט צו זיך די הונדערטער ניט־ייִדישע פֿעלקער.

די ייִדישע װעלט איז געװען און געבליבן אַ קלײן װעלטל, און אַזאַ, װײַזט אױס, װעט זי בלײַבן אױף אײביק. און עס מאַכט ניט אױס, װוּ די ייִדן װױנען — אין תּפֿוצות אָדער בײַ זיך אין דער הײם, אין מדינת־ישׂראל, אין אַ מעגאַפּאָליס אָדער אין דאָרף — בלײַבן מיר די זעלבע שטעטל־ייִדן, כאָטש דאָס שטעטל אַלײן, װי אַ געאָגראַפֿיש־סאָציאַלער פּונקט, עקזיסטירט שױן ניט. דאָס ייִדישע שטעטל איז ניט קײן מעלה און ניט קײן חסרון, נאָר אַ נשמה־צושטאַנד, און מיר פּערזענלעך איז זײער באַקװעם און אָנגענעם צו לעבן אין מײַן שטעטל.

די העכסטע אינסטיטוציע פֿון אַ שטעטל איז אַ משפּחה, און אין דער ייִדישער משפּחה האָט געהערשט דער מאַטריאַרכאַט, אין גוטן זינען פֿון װאָרט. דער כּבֿוד צו אַ פֿרױ איז געװען הײליק, און איך געדענק ניט קײן אײן פֿאַל פֿון אַ גװאַלדטאַט כּלפּי אַ פֿרױ אין די פּאָר טױזנט ייִדישע משפּחות פֿון אונדזער שטעטל; טאַקע דעריבער האָט מיך זײער פֿאַראומערט די טרױעריקע ישׂראלדיקע סטאַטיסטיק פֿון די דערמאָרדעטע פֿרױען אין משך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר; עלף פֿרױען זײַנען דערהרגעט געװאָרן פֿון זײערע מענער, ברידער אָדער חבֿרים. צענדליקער פֿרױען און מײדלעך זײַנען פֿאַרגװאַלדיקט געװאָרן… מײַן שװאַכער מוח זאָגט זיך אָפּ אָנצונעמען דעם פֿאַקט פֿון דער אוממענטשלעכער באַרבאַרישקײט. געװאַלד געשריִען!

מדינת־ישׂראל האָט געשטעלט איר חתימה אונטער דער צװישן־פֿעלקערלעכער דעקלאַראַציע קעגן דעם גװאַלדטאַט אין יאָר 1991 און, אײגנטלעך, פֿון דעמאָלט אָן ווערט יעדער קרימינעלער פֿאַל קעגן די פֿרױען באַטראַכט װי אַ פֿאַרברעכערישער טאַט קעגן דער מלוכה. פֿאַר די לעצטע 23 יאָר אין לאַנד זײַנען דערהרגעט געװאָרן כּמעט צװײ הונדערט פֿרױען. הינטער די טױטע סטאַטיסטישע ציפֿערן יאָמערן טױזנטער צעשטערטע און צעטראָטענע לעבנס פֿון די נאָענטע קרובֿים, חבֿרים, שכנים און די ניט־גלײַכגילטיקע בירגער. װי קען מען רויִק עסן און שלאָפֿן, װען לױט דער סטאַטיסטיק, װײסט די מלוכה פֿון פֿריִער, אַז אין קומענדיקן חודש װעט, ניט דאָ און ניט פֿאַר קײנעם געדאַכט, דערהרגעט װערן עמעצנס מוטער, װײַב, טאָכטער אָדער חבֿרטע?…

װען איך האָב הײַנט אַרײַנגעקוקט אינעם פּאָליצײ־באַריכט פֿון די גװאַלדטאַטן אין די ישׂראלדיקע משפּחות אין יאָר 2014, האָבן זיך מיר די האָר געשטעלט קאַפּױער — עלף דערמאָרדעטע, צענדליקער פֿאַרגװאַלדיקטע און כּמעט צען טױזנט געשלאָגענע פֿרױען. די אידיאָטישע סטאַטיסטיק שטרײַכט אונטער, אַז כּמעט 65 פּראָצענט פֿון די מאָרדן זײַנען פֿאָרגעקומען אין די מוסולמענישע פֿאַמיליעס. גאָט מײַנער, װוּ זײַנען מיר אין דער װעלט? װאָס פֿאַר אַ חילוק קען זײַן צװישן דער מוסולמענישער און ייִדישער פֿרױ? צי איז ניט די זעלבע מלוכה פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר אַלע אירע בירגער אָן אַן אױסנעם? שוין זשע איז דאָס לעבן פֿון אַ מוסולמענישער פֿרױ ניט אַזױ הײליק װי דאָס לעבן פֿון אַ קריסטלעכער, בודיסטישער אָדער אַ ייִדישער פֿרױ?