פֿאַר וואָס איך בין אַנטלאָפֿן פֿון אַרגענטינע

Why I Fled Argentina

דער אַרגענטינער זשורנאַליסט דיימיאַן פּאַכטער, נאָכן אָנקומען אין תּל־אָבֿיבֿ, דעם 25סטן יאַנואַר
Haaretz
דער אַרגענטינער זשורנאַליסט דיימיאַן פּאַכטער, נאָכן אָנקומען אין תּל־אָבֿיבֿ, דעם 25סטן יאַנואַר

פֿון דיימיאַן פּאַכטער („האָרץ‟)

Published January 27, 2015, issue of February 23, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

פֿרײַטיק בין איך געזעסן אינעם נײַעס־צימער פֿון דער „בוענאָס־אײַרעס העראַלד‟, ווען אַ קאָלעגע פֿון דער „בי־בי־סי‟ האָט מיר געהייסן איבערלייענען דעם באַריכט, וואָס די מלוכישע נײַעס־אַגענטור האָט פֿאַרשפּרייט; ס׳איז געווען פֿול מיט טיפּאָגראַפֿ ישע גרײַזן, אָבער נאָך ערגער — די אַגענטור האָט ציטירט מײַנס אַ כּלומרשטדיקן „טוויט‟, וואָס איך האָב קיין מאָל נישט אָנגעשריבן.

כ׳בין געוואָרן שטאַרק אין כּעס, אָבער דערנאָך האָב איך זיך געכאַפּט, אַז דאָס איז געווען אַ מין שיפֿרירטער אָנזאָג. „אַנטלויף פֿון דאַנען, פֿאָר צו ׳רעטיראָ׳ [די צענטראַלע אויטאָבוס־סטאַנציע אין בוענאָס־אײַרעס], און באַזוך מיך. דו מוזסט פֿאַרלאָזן די שטאָט.‟ ס׳איז דעמאָלט געווען אַרום 8:30 אין אָוונט.

דאָס מזל האָט מיר צוגעשפּילט: ווי נאָר כ׳בין אָנגעקומען, איז דער אויטאָבוס שוין געווען גרייט אָפּצופֿאָרן. נאָך עטלעכע שעה בין איך אָנגעקומען אין „רעטיראָ‟, וווּ כ׳בין געבליבן אַ קורצע צײַט. דאָס איז אָבער געווען אַ טעות. ערשט שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט, אַז מע האָט מיך דעמאָלט אָנגעהויבן נאָכגיין. מײַן פֿרײַנד האָט מיט מיר קאָנטאַקטירט, זאָגנדיק: „כ׳וועל דאָרט זײַן אין 20 מינוט אַרום.‟ צוויי שעה שפּעטער בין איך נאָך אַלץ געזעסן אין דער סטאַנציע, ווען ס׳איז אַרײַנגעקומען אַ מאָדנער פּאַרשוין מיט דזשינס־הויזן, אַ דזשינס־רעקל און טונקעלע זונברילן, און זיך אַוועקגעזעצט עטלעכע טישן פֿון מיר. כ׳האָב אים גלײַך באַמערקט, אָבער געבליבן אויפֿן אָרט.

מיט אַ מאָל האָב איך דערפֿילט עפּעס בײַ מיר אויף דער פּאַטילניצע, ווי מע וואָלט צוגעשטעלט אַ רעוואָלווער. כ׳בין אַ דערשראָקענער אויפֿגעשפּרונגען. „באַרויִק זיך!‟ — האָט מײַן פֿרײַנד געזאָגט מיט אַ שמייכל. „מע קוקט דיר נאָך. האָסט נישט באַמערקט דעם אויסשפּיר־אַגענט לעבן דיר?‟

„דער מיט די דזשינס און זונברילן?‟