„װען די מלחמה איז אױסגעבראָכן אין 1939, האָב איך געװױנט אין קלײנעם פּױלישן שטעטל װיעזשבניק אין דער קעלצער גובערניע‟ — אַזױ הײבט יצחק ערליכסאָן אָן זײַן דערצײלונג װעגן דער צײַט, װאָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד װי אַ פּליט בעת דער מלחמה. װי אַ סך יונגע ייִדן אינעם דעמאָלטיקן אַנטיסעמיטישן פּױלן, האָט ער געגלייבט אין אַ זיסן חלום װעגן דעם סאָװעטישן גן־עדן.
װען די דײַטשישע אַרמײ האָט זיך באַװיזן אין זײַן שטעטל, האָט ער זיך אָן לאַנגע שהיות און אַפֿילו אָן אַ „זײַ־געזונט‟ צו זײַן משפּחה געלאָזט אין װעג אַרײַן צו דער מיזרחדיקער גרענעץ. אָבער קױם איז ער אַריבער דעם טײַך סאַן, װאָס האָט צעטײלט די דײַטשישע און סאָװעטישע אָקופּאַציע־זאָנעס, װי ער איז אַרעסטירט געװאָרן װי אַן ענגלישער שפּיאָן. אַזױ האָט זיך אָנגעהױבן זײַן לאַנגער יסורים–װעג איבער סאָװעטישע לאַגערן און תּפֿיסות.
דאָס בוך זכרונות „מײַנע פֿיר יאָר אין סאָװיעט־רוסלאַנד‟, װאָס ערליכסאָן האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, אונטער דעם נאָמען יצחק עדיסאָן, אין פּאַריז אין 1953 איז אײנע פֿון די ערשטע דאָקומענטאַלע גבֿית־עדותן װעגן דעם גורל פֿון פּױלישע ייִדן, װאָס זײַנען אַנטלאָפֿן קײן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. און איצט, מיט זעכציק יאָר שפּעטער, איז דאָס דאָזיקע מערקװירדיקע װערק דערשינען אין אַ שײנער ענגלישער איבערזעצונג פֿון מאָריס װאָלפֿטאַל.
דער מחבר איז געװען אײנער צװישן בערך פֿיר הונדערט טױזנט פּױלישע ייִדן, װאָס האָבן זיך געפֿונען אונטער דער סאָװעטישער שליטה אין 1939. בערך אַ פֿערטל פֿון זײ איז דעפּאָרטירט געװאָרן װי „קלאַסן־שׂונאים‟ קײן סיביר, װײַטן צפֿון און צענטראַל־אַזיע. אין משך פֿון כּמעט דרײַ יאָר האָט ערליכסאָן דורכגעמאַכט אַלע שיבֿעה־מדורי־גיהנום. ער פֿאַרמאָגט אַ נאַטירלעכן דערצײלערישן טאַלאַנט, װאָס דערמעגלעכט אים איבערצוגעבן דורך זאַכלעכע פֿאַקטישע שילדערונגען די טאָג־טעגלעכע שרעק פֿונעם לעבן אונטער די אוממענטשלעכע באַדינגונגען.
װי טױזנטער אַנדערע פּױלישע אַסירים, איז ערליכסאָן פּלוצעם באַפֿרײַט געװאָרן אין 1942-1941, װען סטאַלין האָט געמאַכט אַן אָפּמאַך מיט דער פּױלישער רעגירונג אין לאָנדאָן, און דערלױבט צו שאַפֿן אַ פּױלישע אַרמײ אױף דער רוסישער טעריטאָריע. ערליכסאָן האָט זיך געלאָזט אין אַ װײַטן װעג פֿון דעם תּפֿיסה־לאַגער אױף װײַטן מיזרח קײן אוראַל, אָבער זײַן טירחה איז געװען אַן אומזיסטיקע. די נײַע פּױלישע אַרמײ האָט ניט געװאָלט נעמען קײן ייִדן, און ער איז פֿאַרבליבן אײנער אַלײן אינעם פֿרעמדן לאַנד. זײַן גאַנצע סאָװעטישע דערפֿאַרונג איז געװען פֿאַרבונדן מיט אײַזנבאַנען, האָט ער זיך אָנגעלערנט כּלערלײ שטיק, װי אַזױ צו פֿאָרן אַרום די ריזיקע שטחים פֿון סיביר און צעטנראַל־אַזיע בחינם. סוף־כּל–סוף, האָט ער געפֿונען נאָענטע מענטשן און חתונה געהאַט מיט אַ יונגער פֿרױ פֿון די פּױליש־ייִדישע פּליטים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.