ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פּיאָטר ציווינסקי
www.auschwitz.org
פּיאָטר ציווינסקי

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published January 27, 2015, issue of February 23, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די טעמע „פֿראַנקיסטן‟ אינעם הײַנטיקן פּוילן

דינסטיק, דעם 20טסטן יאַנואַר האָט דער „צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור‟ פֿאַרבעטן דעם וואַרשעווער עולם אויף אַן אָוונט, געווידמעט יעקבֿ פֿראַנקן און זײַנע חסידים, די פֿראַנקיסטן.

דער „מאַמעלע-קלוב‟ אין ייִדישן טעאַטער איז געווען פֿול מיט מענטשן — נאָך אַ באַווײַז, אַז ייִדישע טעמעס אינטערעסירן דעם פּוילישן עולם וואָס אַ מאָל מער.

דער הויפּט־רעדנער איז געווען פּראָפֿעסאָר יאַן דאָקטור, פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט. ער פֿאַרנעמט זיך שוין דרײַסיק יאָר מיט פֿראַנקן און די פֿראַנקיסטן.

ווי באַקאַנט, האָט יעקבֿ פֿראַנק געטענהט, אַז ער איז דער מלך־המשיח. אין יאָר 1759 האָט ער אָבער, אין איינעם מיט זײַנע חסידים, זיך געשמדט. הגם זיי זענען געוואָרן קריסטן, האָבן די פֿראַנקיסטן באַהאַלטן אַ מין פּאָסט-ייִדישע אידענטיטעט. אַ סך פֿון זיי, ווי די אַמאָליקע שפּאַנישע מאַראַנען, האָבן חתונה געהאַט כּמעט נאָר צווישן זיך. אַ סך פֿראַנקיסטן האָבן דערגרייכט הויכע פּאָזיציעס אין דער פּוילישער מלוכה. פּוילנס גרעסטער פּאָעט, אַדאַם מיצקעווישט, האָט חתונה געהאַט מיט אַ פֿרוי פֿון אַ פֿראַנקיסטישער משפּחה. יש אומרים, אַז ער אַליין שטאַמט פֿון די פֿראַנקיסטן. ווי סע זאָל נישט זײַן, איז מיצקעווישט געווען אַ הייסער פֿילאָסעמיט און אין זײַנע ווערק קען מען געפֿינען אַלוזיעס צום גלויבן אין אַ כּמו-פֿראַנקיסטישן משיח.

אַדריאַן פּאַנעק, אַ פּוילישער פֿילם־רעזשיסאָר, וואָס האָט לעצטנס געמאַכט אַ פֿילם אונטערן טיטל „דעת‟ DAAS וועגן די פֿראַנקיסטן, האָט אָנטייל גענומען אין דער דיסקוסיע. אָלגאַ טאָקאַרטשוק האָט נאָר וואָס אַרויסגעגעבן אַ בוך, KSIEGI JAKUBOWE — דהײַנו „יעקבס ספֿרים‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די פֿראַנקיסטן.

ווי איר זעט, איז דער אינטערעס צו די פֿראַנקיסטן גרויס ביז הײַנט. דער עולם האָט צווישן אַנדערע אויך דעבאַטירט די סיבה פֿון דעם פֿענאָמען.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.