אַ פֿאַרשטערטער יום־טובֿ

My Ruined Holiday


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published January 29, 2015, issue of February 23, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

„הײסט עס, אַז אױך די מומע ציפּורה װעט אַרבעטן מיט דעם גענעראַל? און מיר װעלן פֿאָרן צו גאַסט קײן פּאַריז?…‟

„אין באָד אַרײַן װעלן מיר פֿאָרן. מע נײטיקט זיך אין אונדז נאָר אין עת־צרה, – האָט אַ בורטשע געטאָן דער פֿעטער העניך, און װי אין װאַסער געקוקט, - לאַנגע דרײַסיק יאָר האָבן מיר ניט אױפֿגעהערט צו פֿאָרן, און דװקא אין באָד אַרײַן.‟

עס װײַזט אױס, אַז יעדער קינסטלער האָט זײַן פּאַריז, און יענער פּאַריז, װעלכן איך האָב זיך געמאָלט אין משך פֿון לאַנגע פֿופֿציק יאָר, האָט קײן מאָל ניט עקזיסטירט, אָדער יאָ עקזיסטירט, נאָר אין מײַן הײסער פֿאַנטאַזיע. אַ סך יאָרן בין איך געװען אַ לעקטאָר פֿון דער אַלגעמײנער געשיכטע פֿון קונסט, און מיר איז אױסגעקומען צו זען, אַנאַליזירן און באַקענען אַנדערע מיט די װערק פֿון די גרױסע פֿראַנצײזישע שרײַבער, מאָלער, קאָמפּאָזיטאָרן, דראַמאַטורגן און דענקער.

מיט יאָרן פֿריִער, װען איך האָב זיך געלערנט אין לענינגראַד, פֿלעג איך יעדן טאָג לױפֿן אין „ערמיטאַזש‟, און עס איז ניט געװען קײן אײן אױסשטעלונג אָדער נײַע עקספּאָזיציע, װעלכע איך האָב ניט באַזוכט. איך האָב געפֿילט דעם ריח פֿון די פּאַריזער גאַסן, געקענט אַלע פּאָעטן און מאָלער, כ’האָב געקענט זײערע װערק, כ’האָב געװוּסט װוּ זײ װױנען און װעמען האָבן זײ ליב, כ’האָב געקענט יעדן פּרט פֿון זײער פּריװאַטן לעבן, און … ממשיך געװען צו טרױמען, אַז אַ מאָל װעלן מיר זיך טרעפֿן, - איך און מײַן פּאַריז.

…קײן פּאַריז בין איך געקומען מיט אַ שלעכטן פֿאָרגעפֿיל און אָן אַ האָפֿענונג צו טרעפֿן זיך מיט מײַנע „אַלטע פֿרײַנד‟. עס איז געװען קאַלט, די גאַנצע צײַט האָט גערעגנט, און אַפֿילו די אומצאָליקע שיכּורע „קלאָשאַרן‟ האָבן ניט געקענט מאַכן הײמישער און װאַרעמער די באַנאַלע סצענעס פֿונעם גאָר פּראָװינציעלן לעבן אױף די שמאָלע קױטיקע געסלעך אַרום דעם רעפּובליק־פּלאַץ, ניט װײַט פֿון װעלכן כ’האָב געװױנט. די אײנציקע באַקאַנטע געשטאַלטן, װעלכע איך האָב דערקענט, זײַנען געװען די העלדן פֿון עריק־עמנואל שמיטס װערק – די אַראַבער און פֿרומע ייִדן, װעלכע ס’איז זיי געװען אַלץ אײנס װוּ צו װױנען, אַבי ניט אין דער הײם.

דער באַזוך פֿון חײם סוטינס רעטראָספּעקטיװער אױסשטעלונג האָט מיך געמאַכט נאָך טרױעריקער; פֿון יעדן בילד האָט געשריִען אַ פֿאַריאָגטער ייִד, װעלכער האָט ניט געװאָלט בלײַבן אַ ייִד, אָבער האָט מורא געהאַט אָדער ניט געװוּסט, װי אַזױ מען שנײַדט איבער דעם „נאָפּל‟ צו דער אײגענער נשמה. מיט אײן װאָרט, אַפֿילו שירײם פֿון אַ יום־טובֿ זײַנען אױף די פּאַריזער גאַסן ניט געבליבן, און די קרישקעלעך פֿון יענער אַמאָליקער פֿרײד האָבן נערװעז געדזיאָבעט די טױזנטער פֿרעכע אױסגעפּאַשעטע טױבן. מיר איז געװאָרן קלאָר – צי איך בין געקומען אױף אַ ניט־ריכטיקן אַדרעס, צי כ’האָב אױפֿגעהערט צו פֿילן „דאָס‟, װאָס ס’האָבן געפֿילט מײַנע „אַלטע פּאַריזער פֿרײַנד‟, און „דאָס‟ מײנט – דער יום־טובֿ, װעלכער איז שטענדיק מיט דיר, און דער יום־טובֿ הײסט - ליבע.