אַ פֿאַרשטערטער יום־טובֿ

My Ruined Holiday


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published January 29, 2015, issue of February 23, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

און דאַן, האָב איך זיך אַ װאָרף געטאָן צו דער לעצטער האָפֿענונג אױף אַ יום־טובֿ – אױף מאָנפּאַרנאַס, צו אַ נשמה, ממש אַ מלאך, װעלכער האָט לאַנגע יאָרן געהיט מיך פֿון דער לעבנס־גרױקײט. אַמעדעאָ… מאָדיליאַני… ידידיה… װוּ ביסטו? װוּ?… איך געדענק דאָך דײַן לעצטן אַדרעס – מאָנפּאַרנאַס, 19…

איז לאַנג און שװער געװען דער ליבעװעג…
כ’האָב בלינדערהײט געזוכט דיך אין דער פֿינצטער.
איצט שטײ איך בײַ דעם ראַנד פֿון נעכט און טעג
און זע דײַן בלאַסן שאָטן לעבן פֿענצטער.

פֿון מײַן פּאַרנאַס צו דײַן פּאַרנאַס
אַ סטעזשקע פֿירט איבער דער גאַס…
פֿון מאָרגנטױ די אױגן װערן נאַס.
קום פֿונעם שאָטן אױף דער שײַן,
שטעל אױפֿן טיש אַ קריגל װײַן
פֿאַרטרײַב פֿון מאָנפּאַרנאַס די ליבעפּײַן.

אַמעדעאָ… מאָדיליאַני…
ס’קומט דער טאָג, זאָג „מודה אני‟…
ס’ניט קײן פֿראַגע „זײַן אָדער ניט זײַן‟…
פֿונעם שאָטן קומט די שײַן,
פֿון דער ליבע שעפּט מען פּײַן…
מאָנפּאַרנאַס, דו ביסט װי ליבעװײַן.

כ’האָב לאַנג געקראָכן אױפֿן באַרג…
דאָס לעבן איז אַ ביסל קאַרג…
אַך, אַמעדעאָ, ס’טוט מיר אַזױ באַנג…
איצט קום פֿון שאָטן אױף דער שײַן,
עס װאַרט אױף אונדז אַ קריגל װײַן,
פֿאַרטרײַב פֿון מאָנפּאַרנאַס די ליבעפּײַן.

מאָנפּאַרנאַס, 19? יאָ. אַ שטיקל יום־טובֿ? אַ נעכטיקער טאָג… אַ מאָדערנע קאַװיאַרנע מיט אַ צענדליק אױסגעצװאָגענע „פּאַציענטן‟… קײן סימן פֿון מאָדיליאַניס נשמה איז דאָ ניט געבליבן. אַפֿילו קײן שילדל ניט.

פּאַריז, פּאַריז… אַ געװעזענע הױפּטשטאָט פֿון ליבע.

עס װײַזט אױס, אַז אױך „ליבע‟ װערט אַ מאָל מיד און פֿאַרװיאַנעט, און אָן ליבע איז פּאַריז ניט מער װי אַ פּראָװינציעלע שטאָט, אַ שטאָט פֿון אַ פֿאַרשטערטן יום־טובֿ.