“אױב ס’האָט דיר אָפּגעגליקט און אין דער צײַט פֿון דײַן יוגנט האָסטו געװױנט אין פּאַריז, טאָ װוּ זאָלסטו ניט װױנען שפּעטער, װעט פּאַריז בלײַבן מיט דיר ביזן װײַסן טאָג אַרײַן, װײַל פּאַריז איז אַ יום־טובֿ, װעלכער איז שטענדיק מיט דיר”, - אַזױ האָט געשריבן ערנסט העמינגװײ זײַנעם אַ פֿרײַנד אין 1950טן יאָר.
אין דער צײַט פֿון מײַן יוגנט איז ניט געװען אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד קײן אײן אינטעליגענטער מענטש, װעלכער איז ניט געװען באַקאַנט מיט דער הױפּט־שטאָט פֿון ליבע — מיט פּאַריז. און אַלץ, אַ דאַנק דעם גרױסן אַמעריקאַנער שרײַבער ערנסט העמינגװײ און זײַן בוך „דער יום־טובֿ, װעלכער איז שטענדיק מיט דיר‟ [The Moveable Feast], כאָטש דעם אמת געזאָגט, האָב איך גופֿא זיך באַקענט מיט פּאַריז אַ ביסל פֿריִער, אַ דאַנק דעם ראָמאַן פֿון אַנרי מיורזשע, „סצענעס פֿונעם באָהעם־לעבן‟.
כּדי צו זײַן נאָך פּינקטלעכער, האָב איך די ערשטע ידיעה פֿון דער כּישוף־שטאָט פּאַריז באַקומען נאָך סוף 1950ער יאָרן, װען מײַן פֿעטער העניך דער פֿילאָסאָף האָט מיר בסוד־סודות געװיזן אַ פֿאָטאָ־קאַרטל, אױף װעלכן עפּעס „אַ לאַנגער דראָנג מיט אַ לאַנגער נאָז‟ האָט אין מיטן פּרעכטיקן פּאַלאַץ געדריקט אַ האַנט פֿון אַן אײדעלער סימפּאַטישער פֿרױ, זײער ענלעך אױף מײַן מומע סימע.
„אָט דער הױכער, - האָט מיר דער פֿעטער העניך אײַנגערױמט אין אױער אַרײַן, - הײסט שאַרל דע גאָל. און די פֿרױ איז דײַן מומע סימעס שװעסטער ציפּורה.‟
„נו, איז װאָס?…‟ – האָב איך געפֿרעגט בײַם פֿעטער.
„װאָס, װאָס… דאָס איז פּאַריז. און די מומע ציפּורה באַקומט דעם ‘אָפֿיצירן צײכן פֿונעם ערן־לעגיאָן’ פֿאַר איר העלדישקײט אין דער צײַט פֿון דער מלחמה. זי איז געװען אַ קאָמאַנדיר פֿון אַ פּאַרטיזאַנען־אָטריאַד.‟
„און דער לאַנגער דראָנג?‟ – האָב איך איבערגעפֿרעגט.
„ער הײסט גענעראַל שאַרל דע גאָל. ניט הײַנט מאָרגן װעט ער װערן אַ פּרעזידענט,‟ - האָט מיר דערקלערט דער פֿעטער העניך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.