שפּראַך איז וויכטיק

Language Matters


פֿון לייזער בורקאָ

Published February 01, 2015, issue of February 23, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

מיטוואָך, דעם 21סטן יאַנואַר, איז פֿאָרגעקומען די פֿילם־פּרעמיערע פֿון „שפּראַך איז וויכטיק‟ בײַם „מוזיי פֿונעם אַמעריקאַנער אינדיאַנער‟ אין ניו־יאָרק, טאַקע ניט ווײַט פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע. דזשאָרדין קוציק און איך זײַנען אַהין געגאַנגען און אַפֿילו באַוויזן צו כאַפּן אַ קורצן שמועס מיטן פֿילם־פּראָדוצענט, דוד גרובין. עס פֿאַרשטייט זיך, אַז דער פּראָדוצענט און האָלמאַן אַליין זײַנען ביידע ייִדן; זיי האָבן אויך פֿאַרבעטן אונדזער פֿרײַנד שיין בייקער אויפֿצוטרעטן בײַם סוף פֿון דער פּראָגראַם. פֿון דעסטוועגן, ווען איך האָב גרובינען פֿאָרגעלייגט, אַז מע זאָל שאַפֿן אַזאַ פֿילם וועגן ייִדיש, ווי ער האָט געמאַכט פֿאַר וועלשיש און האַוואַיִש, האָט ער געענטפֿערט, אַז מע דאַרף אים געבן ניט בלויז אַ שיינעם פֿאָרלייג, נאָר אויך געלט — און אַ סך געלט. דאָס איז אפֿשר געווען אַ העפֿלעכער אופֿן צו זאָגן „טשעפּעט זיך פֿון מיר אָפּ, יונגערמאַן!‟, אָבער אפֿשר אויך אַן אָנווײַז, אַז דער פּלאַן איז ניט קיין שלעכטער.

וואָס קענען מיר אַרויסדרינגען פֿון דעם פֿילם „שפּראַך איז וויכטיק‟, וואָס מיר ווייסן שוין ניט אויפֿן סמך פֿון פּראָפֿ׳ שיקל פֿישמאַנס אַרטיקלען אין „פֿאָרווערטס‟ אין משך פֿון אַ סך יאָר? אַוודאי, גאָרניט. אָבער עס שאַט ניט איבערצוחזרן דעם אַלטן פּיזמון, ספּעציעל, ווען דער פֿילם ווײַזט עס אַרויס אַזוי באַשײַמפּערלעך. כּדי אַ שפּראַך זאָל אַריבערגיין צו נײַע דורות, דאַרף זי האָבן אַ געוויסע פּאָליטישע אָדער געזעלשאַפֿטלעכע אָנערקענונג — אַזוי וואָלט ייִדיש געדאַרפֿט האָבן אין ברוקלין, למשל, וואָס איז זײַן גרעסטער דעמאָגראַפֿישער צענטער. אַ שפּראַך דאַרף אויך ווערן דאָס הויפּט־לערנמיטל פֿאַר קינדער, וואָס זיי פֿאַרנעמען זיך מיט איר טאָג־טעגלעך אויף אַן אינטענסיוון אופֿן. אַפֿילו אונדזערע חסידים לערנען ניט די לימודי־חול אויף ייִדיש, אַזוי ווי עס האָבן געטאָן די ייִדישע שולן אין אייראָפּע פֿאַר דער מלחמה, און דאָס שוואַכט אָפּ זייערע שפּראַך־קענטענישן אויף אַ סך געביטן. מע דאַרף שאַפֿן אַ נײַעם (אַלטן) מין ייִדישע שול, וואָס זאָל אַרומנעמען דאָס גאַנצע קינד, אַזוי ווי די וויילזער און האַוואַיער האָבן עס געטאָן מיט אַזוי פֿיל הצלחה — און אין אָנהייב, אָן קיין הילף פֿון דער מלוכה. פֿאַר דעם פֿאָדערט זיך דאָס זעלבע, ווי ס’איז געווען בײַ זיי: אַ צאָל איבערגעגעבענע יונגע אַקטיוויסטן, וואָס זײַנען גרייט אַרײַנצולייגן די נייטיקע אַרבעט און צו שיקן אַהין זייערע קינדער זיך לערנען. די אַקטיוויסטן האָבן מיר; די לערנביכער אויך, נאָר — קיין קינדער האָבן מיר דערווײַל ניט.

אַן אויסצוג פֿונעם פֿילם:

כּדי צו זען דעם גאַנצן פֿילם, דאַרף מען קוקן אויפֿן וועבזײַטל פֿון PBS:

//video.pbs.org/video/2365391566