דעם 28סטן יאַנואַר איז פֿאָרגעקומען אינעם „מוזיי אויף דער עלדרידזש־סטריט‟ די פּרעמיערע פֿון מרים־חיה סגלס ערשטן אַלבאָם „טויזנט טעמען‟. דעם טיטל האָט זי גענומען פֿונעם ערשטן ליד אויפֿן אַלבאָם, אַ ליבע־דערקלערונג פֿאַר דער שטאָט ניו־יאָרק, וווּ „מע פּלאַפּלט אויף ייִדיש אַ גאַנצן מעת־לעת‟. דאָס איז איינס פֿון זיבן לידער דאָרט, וואָס זי האָט אַליין געשאַפֿן — סײַ די ווערטער, סײַ די מוזיק — און די אַנדערע פֿינף זײַנען אויך מער זעלטענע, מער באַטעמטע, ווי יענע לידער, וואָס מע הערט כּסדר. דעם אַלבאָם איז שוין איצט צו באַקומען — אָדער באַשטעלן ווי אַ קאָמפּאַקט־דיסק, אָדער גלײַך אַראָפּלאָדן פֿון סגלס וועבזײַטל: https://amks.bandcamp.com/releases
מרים־חיה סגלס נוסח פֿון זינגען קומט סײַ פֿון איר פֿאָלקסטימלעכן סטיל, ווי בײַ די פֿאַרצײַטישע ייִדישע זינגערינס, וואָס מע הערט אויף די אַלטע פּלאַטעס, סײַ פֿון דער ספּעציפֿישקייט פֿון איר קול, וואָס דערגרייכט אַזעלכע הויכע נאָטן, וואָס אַ מאָל קענען נאָר הינט און קעץ זיי דערהערן. אָבער די צוהערער, וואָס קענען זי זינט אַ סך יאָרן, וועלן הײַנט דערקענען, אַז איר זינגען האָט די לעצטע צײַט זיך היפּש אַנטוויקלט: אין איר קול שפּירט זיך דער גרויסער כּוח פֿון פֿריִער, אָבער מע הערט דאָרט אויך כּל־מיני סובטילע קאָלירן און ניואַנסן, וואָס זײַנען איצט צוגעקומען.
סגל האָט זיך ניט פֿאַרלאָזט אויף איר נאַטירלעכן טאַלאַנט, זי האָט לאַנג און שווער געאַרבעט מיט אַ שטים־טרענירערין און זיך געלערנט בײַ באַקאַנטע קלעזמאָרים, כּדי איר מוזיק זאָל דערגרייכן די איצטיק שלמות. דערצו האָט זי זיך באַראָטן מיט ייִדיש־מומחים, כּדי איר אַלבאָם זאָל זײַן פֿרײַ פֿון דער שפּראַכיקער גרײַזיקייט און עם־הארצות, וואָס צייכענען אויס אַ טייל פֿון דער הײַנטיקער קלעזמער־מוזיק. וועגן „טויזנט טעמען‟ לאָזט זיך זאָגן, אַז ס׳איז ניט בלויז שיין געשפּילט און געזונגען, מע הערט אויך אַ זאַפֿטיקן, נאַטירלעכן ייִדיש, מיט אַלע דיאַלעקטישע קנייטשן, און אַפֿילו — גראַמאַטיש אויסגעהאַלטן!
כאָטש סגל איז באַקאַנט פֿאַר אירע פֿריילעכע, ענערגישע און הומאָריסטישע לידער, זײַנען דאָ אינעם אַלבאָם עטלעכע שטילע און טרויעריקע — און דווקא די שענסטע. דאָס ליד „שטיינער‟, למשל, האָט זי אָנגעשריבן נאָך אַ וויזיט אין פּוילן, וווּ אין אַ סך ערטער פֿון אַמאָליקן ייִדישן לעבן האָט זי געפֿונען נאָר דענקמאָלשטיינער. אויך דאָס פֿאָלקסליד „פֿאָרן פֿאָרסטו פֿון מיר אַוועק‟ נעמט אויס מיט פּשטות און אומעטיקער שטימונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.