(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דאָס ליד „ניו־יאָרק‟ בלײַבט אָבער סגלס „סיגנאַטור‟, אַזוי צו זאָגן — אַ ייִדישיסטישער הימען פֿאַר אונדזער צײַט, וואָס באַזינגט זיך אויפֿן שפּרודלדיקן ייִדיש־לעבן פֿון אַ מאָל און קוקט אַרויס אָפּטימיסטיש אויפֿן מאָרגן:
פֿון ברײַטאָן־ביטש ביז ביינברידזשיווקע
אויף דײַנע היימישע גאַסן
הערט מען נאָך דאָרט
אַ געשמאַק ייִדיש וואָרט
צווישן די ריזיקע מאַסן.
מע פֿירט נאָך די הייסע וויכּוחים
צווישן די פֿרומע און פֿרײַע.
סע גיט נאָך אַ ברען,
און כאָטש נישט ווי געווען,
בויט מען אויף אַ ייִדיש־וועלט אַ נײַע.
סגל האָט מפֿרסם געווען איר אויפֿטריט אויף „פֿייסבוק‟ און געמאַכט פֿאַרשיידענע אַנדערע מעלדונגען — זי איז אַ בריה אויף דעם — אַזוי אַז איך האָב באַקומען צו זען אירע אַנאָנסן 3־4 מאָל אַ טאָג. ס׳איז טאַקע געקומען אַ שיינער עולם, זיכער איז דער קאָנצערט געווען אַ גרויסע הצלחה. איך האָב אָבער פֿאָרט געהאָפֿט און געחלומט, אַז עס וועלן קומען נאָך מער מענטשן — הונדערטער, טויזנטער, וואָס וואָלטן אָנגעפֿילט דעם גרויסן זאַל פֿון דער אַמאָליקער „עלדרידזש־סטריט‟־שיל, אַזוי ווי אין אַ ראָש־השנה מיט הונדערט יאָר צוריק. (כאָטש דעמאָלט האָבן קיין פֿרויען דאָרט ניט געטאָרט זינגען…)
ווען די ייִדיש־וועלט, וואָס מיר בויען דאָ אויף, וואָלט געווען גענוג גרויס, וואָלט איך געווען באַרעכטיקט צו געבן מײַן עצה פֿאַר סגל, אַז זי זאָל איבערלאָזן איר אַרבעט און אָפּגעבן זיך אין גאַנצן מיט ייִדישער מוזיק. איר טאַלאַנט האָט עס זיכער פֿאַרדינט, און מיר, די צוהערער, פֿאַרלירן פֿון יעדער מינוט, וואָס זי פֿאַרנעמט זיך מיט אַנדערע זאַכן. ס׳איז אמת, אַז אונדזערע פֿאָרשער זײַנען אַלע מאָל צופֿרידן זי צו געפֿינען אינעם ייִדישן אָפּטייל „דורות‟ בײַ דער ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק אויף דער 42סטער, וווּ סגל אַרבעט אַ גאַנצע וואָך. אָן איר וואָלט מען גאָרניט געפֿונען, ווײַל זי איז פֿאַרבליבן אונדזער לעצטע רעפֿערענץ־ביבליאָטעקערין פֿאַר ייִדיש. אָבער הערנדיק איר זינגען, פֿאַרשטייען מיר, איר באַרוף איז צו שטיין אויף דער בינע מיט אַן אייגענעם אַנסאַמבל, איידער צו זיצן בײַם טיש צווישן די פֿאַרשטויבטע פּאָליצעס. זאָלן די נודניקעס און משוגעים, וואָס דרייען זיך אַרום אין דער ביבליאָטעק, האָבן אַ צווייטן קרבן, וועמען צו דערגיין די יאָרן…
אָבער ס׳איז גרינג צו זאָגן און שווער צו „מאַכן אַ לעבן‟ ווי אַ ייִדישער מוזיקער אין אונדזער צײַט. דאַרפֿן מיר זיך פֿאַרלאָזן אויף אונדזערע מיליאָנערן און גרויסע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זאָלן אָרגאַניזירן פֿאַר סגל אַ קאָנצערט־טורנע איבער דער וועלט: פּאַריז, לאָנדאָן, בערלין, וואַרשע, ישׂראל, אומעטום, וווּ מע האָט ליב דאָס ייִדישע וואָרט. נאָר ווען מען וועט סגל באַפֿרײַען פֿון דאגת־פּרנסה, וועט זי קענען באַגליקן די וועלט מיט איר טאַלאַנט. לאָמיר גלײַך אָנהייבן, ווער עס וויל קען איר שיקן אַ טשעק אויפֿן אַדרעס:
Amanda Seigel
Dorot Jewish Division
New York Public Library
5th Avenue at 42nd Street
New York NY, 10018
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.