(די 2 טע זײַט פֿון 3)
מע קאָן ברענגען אומצאָליקע אַנדערע בײַשפּילן, וואָס ווײַזן, אַז די צווײַג־סטרוקטור פֿון אַ בוים איז גאָר אַ געראָטענער מאָדעל פֿאַרן באַשרײַבן דעם גאַנצן אוניווערס און די אינערלעכע וועלט פֿון מענטשלעכע מחשבֿות. דער בריטישער מאַטעמאַטיקער אַרטור קיילי האָט אײַנגעפֿירט די אַבסטראַקטע ביימער ווי אַ פֿאָרמעלן וויסנשאַפֿטלעכן טערמין אינעם 19טן יאָרהונדערט. דער עצם־סימבאָל פֿונעם בוים ווי אַ רעפּרעזענטאַציע פֿון דער וועלט איז אָבער, ווי געזאָגט, גאָר אַלט און טרעפֿט זיך אויף יעדן שריט און טריט אין דער וועלט־מיטאָלאָגיע.
אין דער תּורה שטייט געשריבן, אַז מע טאָר נישט אויסהאַקן אַ פֿרוכט־בוים, ווײַל דער מענטש איז אַליין אַן „עץ־השׂדה‟ — אַ בוים אין אַ פֿעלד. די חז״ל און די קלאַסישע מפֿרשים דערקלערן די דאָזיקע מיסטעריעזע פֿראַזע אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים און ווײַזן, ווי אַזוי דאָס מענטשלעכע לעבן איז טאַקע צוגעגליכן צו אַ בוים. אינעם תּנ״כישן ספֿר־משלי איז פֿאַראַן אַן אַנדער באַקאַנטער פּסוק, לויט וועלכן די תּורה איז אַ „בוים פֿון לעבן‟.
על־פּי־קבלה, זענען אַחוץ אונדזער גשמיותדיקער עולם־הזה פֿאַראַן אומצאָליקע אַנדערע עולמות. די סטרוקטור פֿונעם וועזן ווערט אין קבלה־ספֿרים כּסדר באַטראַכט ווי אַ בוים. למשל, רבי מאיר פּאָפּערס, דער באַקאַנטער טשעכישער מקובל פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, אילוסטרירט אין זײַן ספֿר „אילן הגדול‟ פֿאַרשיידענע צווײַגן פֿונעם גרויסן גײַסטיקן „וועלט־בוים‟.
ס׳איז מערקווירדיק, אַז די מקובלים, וועלכע האָבן זיך כּסדר פֿאַרנומען מיט כּמו־קאָמפּיוטערישע מאַניפּולאַציעס מיט אינפֿאָרמאַציע־סטרוקטורן, באַטראַכטן דאָס גאַנצע וועזן טאַקע ווי אַן אַבסטראַקטן בוים פֿון געטלעכע אותיות און שמות, זייער ענלעך צום הײַנטיקן וויסנשאַפֿטלעכן טערמין. רבי פּינחס־אליהו האָראָוויץ, דער מחבר פֿונעם „ספֿר־הברית‟, דערקלערט בפֿירוש אין זײַן קבלה־ווערק „טעם־עצו‟, אַ פּירוש אויפֿן באַקאַנטן ספֿר „משנת־חסידים‟ פֿונעם איטאַליענישן מקובל עמנואל חי ריקי, אַז דער בוים — „אילן‟ — פֿון די געטלעכע כּוחות און באַשאַפֿענע וועלטן באַשטייט פֿון צעצווײַגטע אותיות־סטרוקטורן, וואָס קלינגען ממש ווי אַ מין קאָמפּיוטער־פּראָגראַם.
האָראָוויץ ברענגט, אויפֿן סמך פֿון די עלטערע כּתבֿים פֿונעם אַריז״ל, רבי יצחק לוריא, פּראַקטישע מוסטערן פֿון מאַטעמאַטישע אַלגאָריטמען, וואָס דעמאָנסטרירן, ווי אַזוי די פֿיר אותיות פֿונעם הייליקן שם־השם פֿאַרוואַנדלען זיך אין דעם ריזיקן בוים פֿון געטלעכע ניצוצות. די מענטשלעכע נשמה ווערט אַראָפּגעשיקט אין דער גשמיותדיקער וועלט, כּדי די דאָזיקע „פּירות‟ צונויפֿצוקלײַבן.
דער מחבר פֿון די שורות האָט מיט פֿיר יאָר צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאָרש־אַרטיקל אינעם אַקאַדעמישן זשורנאַל „די געשיכטע פֿון פֿילאָסאָפֿיע פֿון לאָגיק‟, וווּ עס ווערט געוויזן, אַז די מקובלים האָבן מיט הונדערטער יאָר צוריק באַשריבן אויף אַ גאַנץ מאָדערנעם אופֿן די אַזוי־גערופֿענע לינדערמײַער־סיסטעמען אָדער פּשוט „על־סיסטעמען‟, וואָס פֿאַרבינדן נועם טשאָמסקיס גראַמאַטישע טעאָריע מיט די ביימער אין בוכשטעבלעכן זין. דער טאַטע פֿונעם גרויסן לינגוויסט, וויליאַם טשאָמסקי, איז געווען אַ באַקאַנטער העברעיִסט און האָט זיך טאַקע אינטערעסירט מיט די קבלהדיקע לינגוויסטישע טעאָריעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.